בלאט 1 פון 2

די שעלטן און פאנטשינג בעג אשכל !!!/פוי,ימ"ש, ברענען ווי ליכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:32 am
דורך לעווי
היות איך האב לעצטענס באמערקט אין קרעטשמע אז די עולם איז זייער שטארק אונטער סטרעס. איך ווייס נישט אויב דאס האט עפעס צו טון מיט די עקאנאמישע מצב, אדער האט עס מיט די אנגעצויגנקייט צווישן די פאלעסטינער מיט מדינת ישראל, אדער אפשר איז דאס גאר די טשעינדזש וואס אבאמא האט פארשפראכן, אבער איין זאך איז זיכער די עולם איז זייער שטארק סטרעסט אוט!!!


ווי מען גייט און ווי מען שטייט רעגט מען זיך! (און איך מיין מיך אויך). אין על הצדיקים רעגט זיך איינער פארוואס מען לאזט באשרייבן אזא גדול אין א חסידישע סביבה און ער שרייבט א עפעס א צינישע ווערטל דערויף, בשעת די צווייטע רעגט זיך אז מען האט אויף דער זעלבע מענטש נישט געשריבן גענוג טיטלן. אין נגינה רעגט זיך איינער אז די ניגונים זענען צו ווילד בשעת די צווייטע שרייבט אז די מוזיק צו צו אלט מאדיש, מער רייסט זיך ביי די קעפ אזש ס'גייט א רויעך. אין די אידישע וועלט טוט זיך צווישן די קאנסערוויטיוון און ליבעראלן. דער רעגט זיך ווי אזוי אבאמא האט די חוצפה צו זיין אזוי הויך אין די פאולס בשעת די צווייטע רעגט זיך ווי אזוי בוש האט געהאט די העזה צו האבן אזא הצלחה אין איראק נאך דעם וואס ער איז געווען אזוי זיכער אז עס וועט זיין א דורכפאל. אין די שטום בודקע גיסט זיך טייכן בלוט איבער די דעבאטע צו די וואלן זענען געווען פיקסד פון די אינסייד אדער נישט. און לעצטענס טוט זיך אין קרעטשמע אויך. דער רעגט זיך אויף בעדפארד גארדענס און די אנדערע רעגט זיך פארוואס מען עסט קרויט, בשעת די דריטע שרייט אריין אן אפילו פארשטיין וואס דא גייט פאר בכלל און איז מוחה אז מען האט בכלל געהאט די עזות אריין צו ברענגען די טונקעלער אבאמא אין אזא הייליגע שטאט ווי קרית יואל.


בקיצור יו געט דע פוינט, די עולם איז צוהיצט און מען דארף האבן ערגעץ א פלאץ זיך ארויס צו געבן אויף א פאזיטיווע אופן.


פארדעם וויל איך גרינדען דעם אשכל. ווען א גוי איז סטרעסד אוט גייט ער אריין אין דזשים, און טוט זיך אן די גראבע פאנטשינג הענטשקעס און געט עס ארויס אויף דער פאנטשינג בעג :i" (איך קען גראדע אידן וואס טוען עס נאך א שווערע טאג אין די ארבייט). נאך א צעהן מינוט פון האקן שטיקער ווערט מען רואיגער.


איך האב שוין מייסד געווען די רייכערן אשכל און איך האב געמיינט אז יענץ וועט העלפן, די פראבלעם איז אבער אז אין די היינטיגע פאליטיקעל קארעקטע וועלט פאסט נישט פאר געוויסע מענטשן צו רייכערן . . . . . .. . . . . ווען אנדערע זעהן.


אנדערע געבן זיך ארויס דורך אריין גיין אין א ליידיגע צימער און זיך האקן די קאפ אין די וואנט אריין, און אדער שעלטן זיי טויטע קללות נמרצות -p:a ווען קיינער הערט זיי נישט. איר האט עס קיינמאל נישט געזעהן? אין טרעפיק קען מען אסאך מאל זעהן נערוועזער מענטשן זיצן אין די קאר און מאכן צווחין און פאקסין כאילו עס וועט זיי העלפן. איר קענט דאס אויך טון.


אשר על כן וויל איך אייך אלע איינלדענען. ווען איר ווערט אנגעצויגן קומט דא אריין און גיבט זיך אויס ווי עס דארף צו זיין, האקטס שטיקער!!!!!!!


קודם כל קענט איר דא זעהן ווי אזוי דער פאנטשינג בעג זעהט אויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:34 am
דורך לעווי
אקעי איך וועלך זיין די ערשטע ווייל איך בין שוין זייער גערעגט.


דער בהמה דער אקס!!!!!!! איך קען אים אזוי נישט דערליידן מיט זיין קליין קעפיגקיט מיינט ער אז ער איז קלוגער ווי די וועלט. ווען איך קען ווען וואלט איך אים ציריסען אויף שטיקער. ער איז אזא בהמה ווי זיין ברודער. צווי אומבאלומפערטע שוטים! ער רעדט סתם אין די ועלט אריין. באקט אויף זאכן רעכטס און לינקס . . . . .

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:50 am
דורך וואלוועלע
לעוי ביסט פארריקט, די הערסט איך קום אריין און אפפיס און איך זעה ווי עס ווארט מיר אפ א טוץ מיט ארבייט, סוי די ערשטע זאך האב איך געפענט די אידישע וועלט און איך בין צוגעקומען צו דיין אשכול, און די איידיע איז מיר זייער געפאלן, סוי איך האב זיך גענומען פאנטשן אויף די פאנטשינג בעג, און די גאנצע סקרין פון מיין קאמםיוטער האט זיך צומעטערט, :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:52 am
דורך לעווי
דאס אידאך געווען די כוונה. אטיך בין אויך א גאר אנגעצויגענע מוד היינט (פארשטייט זיך אז איך קען נישט שרייבן פארוואס מפני תקנת השבים) אבער דער בהמה רעגט מיך זייער אויף!!!!!!! איך האב אים פיינט ווי די רוחות!!! און פארדעם בין איך דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 3:24 pm
דורך יאנאש
איינער אין גוגל האט געשריבן:יעצט קומט אריין צו מיר איינער
דזשיזזזזזז דער גרויסער רונדיגער שמוציאַן מיטן ריזיגער סניקער ער ווייסמער אויכעט ויאזוי אויסצושטעלן א בילדינג, גראָביאַן איינער א אויסגערייכטער אין געטרונקען קאוק א גאנצע וואך ער קומט מיר זאגן אז איך ווייס נישט וואס איך טו
גיי באגיס דיין גרויסער בויך מיט נאך קאוק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 3:27 pm
דורך לעווי
חחחחח

נו, מיינסט אז יענער פילט נישט בעסער נאכן אראפ גיסן אזא טעלער קללות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 3:50 pm
דורך סתם_אזוי
איי לעווי לעווי, וויאזוי האסטו געקענט פארגעסן פון די אשכול?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 6:09 pm
דורך לעווי
סגולה נוראה!!!!!!!

אויב איינער איז אין א אנגע'דאָס'טע מוד (PISSED OFF בלע"ז) זאל ער דא אריין קומען און שרייען די פאלגענדע הויך אויפן קול דריי מאל, והזעם יעבור.


די אלע בהמות, סיי די קיען, די אייזלען, אקס'ן שטירן און אוודאי די פערדן, ווועכע דרייען זיך דא, און קאטשקען אן אקעגן דעם צייטונג, זייט וויסן אז לדעתי דארפט איר שנעל לויפן אין געשעפט אריין און זיך אנקויפן א גרויסן קוואנטום שטרוי, ווייל עס קומט נאך א שווערע ווינטער און כ'אב מורא אז איר וועט הונגעריג בלייבן. און איך האלט אפילו נישט אז ס'קומטן אייך פרישע שטרוי, נאר דוקא פון די אלטע פארהארטעוועטע שטרוי, די וועלכע שטעכט אין מויל, אין האלז און אויך אין בויך, פינטל.



גענומען פון אן אנדערע אשכל און דאס ליינען אליין האט מיר געמאכט רואי'גער.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 8:00 pm
דורך קרעמער
לחש המסוגל להשיב רוח האדם בקרבו, סגולה לאומרו בפאנטשינג בעג אשכול ודוקא ביום ה' בשלח:

בשם דוד הלוי לעווי מייסד האשכול הריני מוכן ומזומן ליתן מנה אחת אפיים להני נאדות נפוחים חייתא דקיטרי שק קשורה מלא רוח ויהי רצון שיחשב כאילו כוונתי כל הכוונות שמכוונים השחורים בעת ששופכים חמתם על עצים ואבנים ויתקרר רוחי ונשמתי בקרבי באופן שאוכל להמשיך בעבודתי בהרחבת הדעת.

אזוי דארף מען זאגן 3 מאל מיט תרגום און 2 מאל אן תרגום. דערנאך זאגט מען 3 מאל ישר והפוך:

איך ניק בין נאר א ניק און מיין חבר איז נאר א ניק און פארוואס זאל זיך א ניק דערשרעקן פון א צווייטע ניק

און זיין חבר זאל אים צוריקענטפערן דאס זעלבע, דערנאך זאלן ביידע ארויסגיין אין א פייערליכע ברוגז טאנץ אויף די ניגון פון גאט בענטש אמעריקע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 9:31 am
דורך לעווי
קרעמער ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 9:45 am
דורך סתם_אזוי
חחחח

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 11:00 am
דורך ראמני 08
גוט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 12:22 pm
דורך נחת
שוין נישט געהאט א לאנגע צייט וואס עס גייט מיר אזוי גוט...
יעדער שעלט, נאר איך זיץ מיר רואיג,
א נחת,
ווילט עטץ איך זאל מיר רעגן ?
איך האלט נישט דערביי...
איך בין דער איינציגעסטער דא מיט א שמייכעל !
:grin:

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 12:24 pm
דורך יז בתמוז
שוין געווען א פייטינג עריע דא אמאל? מ'דארף אפשר עס צוזאמשטעלן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 11:43 am
דורך שמאטע
קרעמער האט געשריבן:לחש המסוגל להשיב רוח האדם בקרבו, סגולה לאומרו בפאנטשינג בעג אשכול ודוקא ביום ה' בשלח:

בשם דוד הלוי לעווי מייסד האשכול הריני מוכן ומזומן ליתן מנה אחת אפיים להני נאדות נפוחים חייתא דקיטרי שק קשורה מלא רוח ויהי רצון שיחשב כאילו כוונתי כל הכוונות שמכוונים השחורים בעת ששופכים חמתם על עצים ואבנים ויתקרר רוחי ונשמתי בקרבי באופן שאוכל להמשיך בעבודתי בהרחבת הדעת.

אזוי דארף מען זאגן 3 מאל מיט תרגום און 2 מאל אן תרגום. דערנאך זאגט מען 3 מאל ישר והפוך:

איך ניק בין נאר א ניק און מיין חבר איז נאר א ניק און פארוואס זאל זיך א ניק דערשרעקן פון א צווייטע ניק

און זיין חבר זאל אים צוריקענטפערן דאס זעלבע, דערנאך זאלן ביידע ארויסגיין אין א פייערליכע ברוגז טאנץ אויף די ניגון פון גאט בענטש אמעריקע.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 5:12 pm
דורך מאשקע
לעווי, דו ביזט דער ערשטער צו כאפן א פאנטש פון מיר.

א פאנטש ליין איז אויך גוט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 5:20 pm
דורך שמערי בערי
פון מיר באקומסטו א ספאנטש....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 6:05 pm
דורך אלחנן
און פון קאקאש א ... קעיק

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 6:33 pm
דורך למעלה משבעים
:bu:mp:

פוי! ימח שמו וזכרו! ברענען ווי א לעכט זאל ער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 1:56 pm
דורך סתם א לץ
האט איר שוין אמאל געהאט די פעין פון ארבעטען אויף א פראדזעקט 6 שעה און ס'איז נישט געסעיווט געווארן?
האט איר זיך שוין אמאל אויסגעגליטש פלאך אויף לי קארנער ראדני?
זענט איר אמאל באשפריטצט געווארן פון א טראק וואס רייסט דורך א פאדעל?
זענט איר אמאל געווען ביי דו, די. עם. ווי.
דאן זענט איר געקומען צו די ריכטיגע פלאץ!

א אידיש קינד דארף ארבעטען אויף די מידות, מ'קען נישט נאך לויפן דעם טארק און שעלטען, אדער זיך נעמן פראסקענען דעם קאמפיוטער,
אבער מ'דארף זיך פארט אויסגעבן, פארדעם האט דער אויבערשטער באשאפן עמלק, היטלער, אכמעדינידזאד, א.א.וו

דא מאך איך אן אשכול ווי מ'קען אריינקומען מיט א ווילדען כעס און זיך אויסשעלטן די קישקעס אויף די שונאי ישראל (ווילאנג די קנאקערס שפארען עס נישט אפ)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 2:41 pm
דורך יהיה כן
א געוואלדאוונע אויפטוה
העלעך מנדב זיין אפאר זאפטיגע קללות וואס איז מקובל פון זקנים פון פאריגן דור, וועלכע זענען יארן לאנג געווען עקספיריענס שעלטער'ס

ברעך דיר הענט און פיס און בלייב לעבן

דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן אן געלט

גיי אין דער ערד, דו ביזט א פערד, דיין לעבן איז גארנישט ווערט

האק דיר אויס אלע ציין, איינס זאל דיר בלייבן פאר ציין ווייטאג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 2:43 pm
דורך דארפסמאן
זאג נאר לץ א סתם, ווי ביסטו היינט געווען אז די שעלטס אזוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 3:17 pm
דורך סתם א לץ
מ'מוז אבער ארויס שרייבן אויף וועם די קללה גייט ווייל אז נישט וועט אויסקוקן ווי מ'שעלט סתם אזוי, און דאס טאר מען דאך נישט
למשל: דער אכמעדינידזאד! ברענען זאל ער ווי א לעכט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 3:29 pm
דורך ארעסטאנט
אויש! איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר..
און אז דו ווילסט טאקע שעלטן באזוך נאר דעם לינק צו זעהן אז ס'שוין דא אזא אשכול!

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 4:17 pm
דורך זיס
געהערט אמאל פון א זקן וואס האט זיך גערעגט אויף זיין דאקטער;

ס'זאל אים אריינרעגענען א פאס פון טשערי ברענדי...

נאך האב איך אמאל געהערט...

"זאלסט האבן גראבע פינגער און דינע נאז לעכער..."