בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 4:18 pm
דורך סתם א לץ
ריבונה דעלמה כולה כאפ אן דעם היטלער ציקוועטש אים, דריי אים אויס איין האנט בשעת די פליקסט ארויס די צווייטע,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 4:55 pm
דורך מבין נומ 1
צעמאלן אין א בלענדער זאלן ווערן אלע ספיידערס, פוי, די ערגסטע באשעפעניש וואס כ'באגעגנט, דערווייל.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 12:32 am
דורך שמערי בערי
מאכשעמוי, ברענען ווי א הבדלה סאלער, ס'עפעס ווי א לעכט? קאטשקע בעראטשקע וואדיביסט. באם לאגא שייגעץ, אפגעריסענער בהמה, באלאנד, ניטשקערהאזי, מארוואש עלעס סילוואלא.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 11:20 am
דורך סתם א לץ
גיי איך אריין יעצט און עמיקא געז סטעשען, איך קען קוים ווארטען פאר דעם ערשטען שלינג פון מיין זינטאג'דיגען קאווע, איך באצאל עהרליך מיין דאלער פיפציג, און גארנישט ס'איז קאלט,
דאס דארף פאסרין מיט אכמעדינידזאד: זאל דיר די מאגן ברענען זינטאג אינדערפירי פון א שוואכען טשאלענט, זאלסט ארויס שפרינגען פון בעט און אריין טרעטן און די נעגעל וואסער, לויף און געז סטעשן פאר א קאווע און באקומען זאלסטע, לוילעך גאזעלין מיט מילך, דערשטיקדיך דעראויף, נעם דיך לויפן ארים וויליאמסבורג און שריי ציבויגוואלדשיבלאזאזגעכנען, און גליטש דיך אויס און די זייט פון ויואל משה און די גארביטש אריין, ווי די וועסט דיך אנשמעקן מיט די גרוך פון איבערגענעכטיגטע שבע ברכות מעניוא.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 3:24 pm
דורך מאנאגרעמס
איך וואלט ענק נישט געראטן צו שעלטן ווען עס איז גליטשיג אינדרויסן.
געזען אמאל אן אלטיטשקן ווי ער שטייט אינדרויסן פון קינגס טעררעס און שעלט מיט א דיקע זאפט ובעוד חזון האט ער זיך נעבעך (כ'מוז שרייבן נעבעך אז נישט וועט מען מיינען אז איך לאך פון אים..) ארונטערגעגליטשט אראפ ס'גאנצע רעמפ ביז כמעט אונטן. האט ער געמיינט אז ער איז פערטיג, צעשפרייט ער זיך די פיס זיך צו באלאנסירן אביסל און גארנישט... ער כאפט נאך א גליטש אבער דאס מאל איז ער אריינגעפארן גראד אין גדר אריין אוטששששששששש
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 19, 2010 3:25 pm
דורך צום זאך
דיין שטריימל זאל טראסקען אין א טאפ טשולענט, דיין גלעזער אין א פאס אויל, א טעלער פיש זאפט זאל זיך אויסגיסן אויף דיין פריש געוואשענעם טלית, זעצדעך אריין אין א באנק באשמירט מיט האניג מיט דיין נארוואס געקלינטע בעקיטשע, אלעס ווייל דו האסט אפגעטראגן מיט מיין זעקל פרישע בגדים היינט פון מקוה!!
פארעפענטליכט: שבת מרץ 20, 2010 6:18 pm
דורך חושים בן דן
אין אונגארן פלעגט מען וואונטשן: זאלסט אויסגיין ווי א ציגארעטל, מ'זאל דיר אנצינדן פון אין זייט, אויסציען פון די צווייטע, און א רגע פאר דו גייסט אויס זאל מען אנטרעטן.
אין פוילן פלעגט מען וואונטשן: זאלסט זיין א לייט באלב, הענגען א גאנצן טאג און ברענען ביינאכט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 12:52 pm
דורך סביב העולם
חושים בן דן האט געשריבן:אין אונגארן פלעגט מען וואונטשן: זאלסט אויסגיין ווי א ציגארעטל, מ'זאל דיר אנצינדן פון אין זייט, אויסציען פון די צווייטע, און א רגע פאר דו גייסט אויס זאל מען אנטרעטן.
אין פוילן פלעגט מען וואונטשן: זאלסט זיין א לייט באלב, הענגען א גאנצן טאג און ברענען ביינאכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:59 pm
דורך נגיד
שוין! אבער שוין! קריך אראפ פון מיינע נערוון! פארשאלטן זאלסטו זיין די וואנזיניגער מחוצף! סטאאאפ שוין! געניג איז געניג אלעס האט א שיעור! דו רשע! פגע רע! צאפל אפ פון מיר די עקלדיגע מאסקיטא! געניג מיר צוציפט! געניג!!!!