די שעלטן און פאנטשינג בעג אשכל !!!/פוי,ימ"ש, ברענען ווי ליכט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:51 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:משיגע מתארע כי לעולם חסדו וואס גייט דא פא ר פארוואס איז די באס נישט דא
איך בין דא אינמיטען די נאכט און קוק אויף די לבנה וואס איז פשט ווי אחריות

קוקט נישט צי לאנג, נישט אויסגעהאלטן,

לאמיר שפילן דערווייל...
צוגעלייגטע
188949058290_577ab559045c89cc851b_512.png
188949058290_577ab559045c89cc851b_512.png (31.68 KiB) געזעהן 963 מאל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך מאי 30, 2018 10:58 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:משיגע מתארע כי לעולם חסדו וואס גייט דא פא ר פארוואס איז די באס נישט דא
איך בין דא אינמיטען די נאכט און קוק אויף די לבנה וואס איז פשט ווי אחריות

קוקט נישט צי לאנג, נישט אויסגעהאלטן,

לאמיר שפילן דערווייל...


יע און די גייערס ליגן אין רענצל, ביסט געקומען לאכן פון מיינע צרות?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:54 pm

נארוואס געהאלטן אינמיטן זיך אפגעבן מיט א קליין קינד וואס האט זיך נעבעך אפגעבריהט, מ'דארף בארואיגן דאס קינד, רייבן און ארויפשטעלן קארטאפל אויפ'ן וואונד און דאס פארוויקלן, און ווער מיינט איר רופט אריין? יא, ער.

איז קודם כל, ליין אפ דעם גאנצן אשכול, כ'שטעל מיך פאר אז ס'דא דא סחורה פאר דיר אויך
צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:58 pm

:lol: :lol: :lol:

נאך אנייצע, געהערט אמאל פון עמיצן וואס איז געגאנגען צו פלוני'ס מצבה אין שטארק געפאכעט מיט די ציצית...

ס'דא אן אשכול אין מלמדים שטיבל וואס מ'קען אים צושיקן.

בעצם בין איך נאך קיינמאל נישט אריין אין דעם אשכול, אבער זעענדיג כוירע'ן דאהי, האב איך שנעל געוואלט וויסן וואס ס'האט פאסירט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:07 pm

:lol:

סארא אויסברוך!

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:10 pm

DAAMM! מילא גיין אהין קטן׳נען דארטן, שוין. אבער קארטאפל אויף א בראנד וואונד!? נאכנישט געהערט אזאנס.

דאס מיינט אז הצלה מעמבערס האבן שטענדיג אין זייערע קיטס פאטעטא׳ס מיט שיילערס?
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:16 pm

ניין, אבער ס'איז א באקאנטע רפואה פאר א ברי, בדוק ומנוסה, מ'איז אפילו מחלל שבת צו צורייבן די קארטאפל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:27 pm

איך ווייס אז הצלה ניצט אויך צומאל דעם פאטעטא שאלעכץ מיטל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:00 pm

לכאורה האט געשריבן:צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג


אריין אין #לאזונג פון טאג אשכול

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:40 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:DAAMM! מילא גיין אהין קטן׳נען דארטן, שוין. אבער קארטאפל אויף א בראנד וואונד!? נאכנישט געהערט אזאנס.

דאס מיינט אז הצלה מעמבערס האבן שטענדיג אין זייערע קיטס פאטעטא׳ס מיט שיילערס?

אריין אין "זאכן וואס איך בין היינט געוואויר געווארן" אשכול
אבער ביי מיר אינדערהיים טוהט מען דאס ביי יעדע ברי, אויף די אנווייזונג פון "חברה הצלה". אמאל האט מען זיי גערופן, און זיי האבן זיך געשטעלט רייבן קארטאפל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:03 pm

ביי מיין שכן האט זיך ל"ע אמאל אויסגעגאסן א פערקיולעיטאר אויף עטליכע קליינע קינדער פסח ביינאכט שחל להיות בשבת, ווען ס'איז ב"ה דא א שפע פון קארטאפל..., הצלה האט אנגעצינדן דעם פוד פראסעסאר און געריבן וויפיל ס'איז נאר געווען, און געגאנגען בארגן ביי אלע שכנים ווער ס'האט נאר אביסל קארטאפל.

פון דארט בין איך געוואוירן אז מ'איז אפילו מחלל שבת פאר דעם.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:05 pm

זאלסט אראפ טרעטן אויף א לעגא אינמיטן די נאכט
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:00 pm

לכאורה האט געשריבן:נארוואס געהאלטן אינמיטן זיך אפגעבן מיט א קליין קינד וואס האט זיך נעבעך אפגעבריהט, מ'דארף בארואיגן דאס קינד, רייבן און ארויפשטעלן קארטאפל אויפ'ן וואונד און דאס פארוויקלן, און ווער מיינט איר רופט אריין? יא, ער.

איז קודם כל, ליין אפ דעם גאנצן אשכול, כ'שטעל מיך פאר אז ס'דא דא סחורה פאר דיר אויך
צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג

געהאט אמאל א קינד וואס האט געעפנט דעם קראן פונעם קעסל, הצלה האט ארויפגעלייגט פון דעם פראדוקט [וואס איך לינק צום סוף], און געזאגט אריינצוגיין אין שפיטאל, די שפיטאל האט זיך געגרייט צו טרעפן א פעסטן ברי, למעשה נאכן אויפמאכן איז קיין זכר פון קיין ברי נישט געווען. הצלה האבן געהאט פון דעם פראדוקט גרויסע ריזן פעקלעך, אבער איך האב זיך איינגעקויפט אפאר באקסלעך פון די קליינע אינעם לינק, און ביי יעדן ברי לייגט מען דאס גלייך ארויף א דיקן לעיער דערפון, דאס העלפט ממש מעדזשיק. אבער מען דארף עס לייגן גלייך נאכן זיך אפבריען, אביסל שפעטער צומאל העלפט עס שוין נישט.

https://www.amazon.com/gp/product/B005H1OTLS

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:20 am

וואס איז די באדייט פונעם שעלט ווארט ״ברענען ווי ליכט״?

כ׳פראביר עס צו זאגן שטרענג, כ׳שפיר אבער נישט ווי איך געב אויס צארן. ס׳קלעבט עפעס נישט.

אנטשולדיגט, פארגעסן צו שרייבן ׳צום קעפל׳..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:37 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:נארוואס געהאלטן אינמיטן זיך אפגעבן מיט א קליין קינד וואס האט זיך נעבעך אפגעבריהט, מ'דארף בארואיגן דאס קינד, רייבן און ארויפשטעלן קארטאפל אויפ'ן וואונד און דאס פארוויקלן, און ווער מיינט איר רופט אריין? יא, ער.

איז קודם כל, ליין אפ דעם גאנצן אשכול, כ'שטעל מיך פאר אז ס'דא דא סחורה פאר דיר אויך
צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג

געהאט אמאל א קינד וואס האט געעפנט דעם קראן פונעם קעסל, הצלה האט ארויפגעלייגט פון דעם פראדוקט [וואס איך לינק צום סוף], און געזאגט אריינצוגיין אין שפיטאל, די שפיטאל האט זיך געגרייט צו טרעפן א פעסטן ברי, למעשה נאכן אויפמאכן איז קיין זכר פון קיין ברי נישט געווען. הצלה האבן געהאט פון דעם פראדוקט גרויסע ריזן פעקלעך, אבער איך האב זיך איינגעקויפט אפאר באקסלעך פון די קליינע אינעם לינק, און ביי יעדן ברי לייגט מען דאס גלייך ארויף א דיקן לעיער דערפון, דאס העלפט ממש מעדזשיק. אבער מען דארף עס לייגן גלייך נאכן זיך אפבריען, אביסל שפעטער צומאל העלפט עס שוין נישט.

https://www.amazon.com/gp/product/B005H1OTLS

יישר כח. (אפשר אפטיילן די שמועס איבער בריען?)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:03 pm

לכאורה האט געשריבן:צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג

אראפגעפאלן פון בענקל! :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 3:05 pm

לכאורה האט געשריבן:צווייטנס, כ'וויל דיר שוין לאנג זאגן, זאלסט לאזן אויפקריצן אויף דיין מצבה "אשר יצר", ווייל אויב איך וועל דיך איבערלעבן, און איך וועל אנקומען אהין, וויל איך קענען זאגן פון אינעווייניג

;l;p- ;l;p-


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פעטער שמואל, שמארטיקל און 18 געסט