גריסן און שמועסן
שבת נובמבר 11, 2006 10:21 pm
שוועמל האט געשריבן:
סאכדעס,
99.9% מיינט אז פון יעדע צוויי הונדערט תגובות לאזטו אויס איינס,
האסטו דאס טאקע געמיינט?
99.9% מיינט אז פון יעדע 1000 לאזט ער אויס איינס
Advertisement
שבת נובמבר 11, 2006 11:46 pm
קהל'ס נאר האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:
סאכדעס,
99.9% מיינט אז פון יעדע צוויי הונדערט תגובות לאזטו אויס איינס,
האסטו דאס טאקע געמיינט?
99.9% מיינט אז פון יעדע 1000 לאזט ער אויס איינס
אויב אויב גיין מען שוין יאר אריין אין דיוק, דאכט זיך אז 99.9 פראצענט פון 1000 איז צען.
זונטאג נובמבר 12, 2006 12:50 am
ביסט ראנג. ווען דו ווילסט קאנווערטן א פראצענט צו א דעסימעל רוקט מען די דעצימעל פאוינט צוויי צו לינקס, אויב אזוי איז 99.9% = 0.999
יעצט,
1.000
0.999 -
_______
0.001
וואס דאס איז א טויזענטס'ל
BTW
בין איך נישט אזא נאר...
זונטאג נובמבר 12, 2006 8:30 am
אוי, איך פיל לייד וואוסענדיג אז מיינע ווערטער האבן דיר פארשאפן אומרוה...
וואס זאל איך אבער טון אז דאס איז דער הוילער ווארהייט?.... איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסער אנהענגער פון גימטריאות אד"ג.
זונטאג יוני 22, 2008 10:45 am
Jewboy האט געשריבן:1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
קלעטערענדיג אין אלטע ארכיווען האב איך געטראפן דעפ אשכול, איך מיין סיז העכטס צייט אז אלע נייע שרייבערס זונט דעמאלטס, וואס האט זיך גערוקט פון 77 צו 454 זאלן לאזן הערן זייער מצב הבריאות.
נא המתחיל במצוה:
[1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ווי א טאג
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
אויב איך האב נישט וואס צו זאגן ענטפער איך
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
כמעט אלע
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
דאס וואס צוט נישט צו מיין שורש הנפש
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל כאב
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ביידע
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
א שאלה???
זונטאג יוני 22, 2008 12:54 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע? יא און די פורמים וואס איך גיי אריין קוק איך אלעס געווענטליך (עי' שאלה 3)
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר? איך פרוביר צו טרעפן וואס אריין צו טייפן אבער אז נישט איז נישט
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע? ניין, בעיקר נאר קאמפיוטער און פראגראמינג, לאחיו יאמר חזק, ביזנעס, אידישע און וועלטלעכע נייעס (אמאל פאל איך אריין ערגעץ אנדערש אויך למשל יעצט)
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט? די אומאונטערסאנטע
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע? צו סאך
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך? ניין נישט געוויסע צייטן און אויך נישט ווען ס'כאפט אייך נאר ווען איך בין נישט אין די גיסטע פון טון צו דערזאך.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג? חלילה איך בין מקפיד נישט צו פארברענען צופיל צייט דא נישט אלעמאל ארבעט די קפידא..
זונטאג יוני 22, 2008 2:27 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ניין
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
נישט ממש
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
געווענליך זאגט די קעפל מיר שוין וואו נישט צו קוקן.
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל די ווייב ערלויבט.
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ווען אימער די פראזעק ארבעט נישט, כאפ איך זיך דא אריבער.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
מקפיד? וואס בין איך, א רבי?
דינסטאג נובמבר 04, 2008 1:57 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ניין
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
איך טריי
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
יא
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
עס ווענט זיך געווענלעך און דו גוסטע
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
נישטא קיין באשטומטע צייט אייביג אנדערש
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ווען סכאפט
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
יא
דינסטאג נובמבר 04, 2008 2:07 pm
Jewboy האט געשריבן:1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
1- ניין
2- ניין
3- ניין
4- וואס דער קעפל ציט מיך נישט
5- אין מספר
6- ניין
7- נישט נאר איינמאל נאר כמה פעמים ביום
דינסטאג נובמבר 04, 2008 3:20 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ניין
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין, נאר אויב איך האב וואס צו ענטפערן אדער אויב עס איז אן ארטיקל באדאנק איך מיך אפילו אויב איך האב נישט וואס צו צולייגן.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
ע"פ רוב קוק איך נישט אין פארברענגן, ביזנעס, אוצר, קאמפיוטער, טעכנילאגיע, שפראך,
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
אין רובה דרובה אשכולות וואס זענען אין די אויבן דערמאנטע פורומים, ווי אויך אין די טעג וואס איך האב נישט קיין סאך צייט גיי איך אריין אין די אשכולות וואס כאפן מיין אויג אויף די רגע, און די אנדערע נישט.
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
ווי א טאג/וואך
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
געווענטליך בשעת איך עס פרישטאג אדער מיטאג, און דערנאך ווען עס כאפט א דזשוק.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
ניין.
מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:18 am
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
כמעט אלע אשכולות, שטייצעך נאר וויפיל איך קום אן
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
יעדע? ניין, ס'איז דא אשכולות וואס כ'קען נישט ענטפערן צוליב וואס איך בין נישט באקאנט אין איר נושא (א שטייגער בלעקבערי טיפס וכדומה), אבער געווענליך ווען איך האב וואס צוצוגעבן שרייב איך.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
חוץ די ספארטס אפטיילונג
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
ספארטס כנ"ל, און אזאלכע וועלכע כ'ווייס פון פאראויס אז די נושא איז נישט פאר מיר.
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל צייט עס דויערט מיר צו ליינען אלע ענינים, ס'קען נעמען צווישן א האלבע שעה און א שעה אנדערהאלבן (צומאל מצוויי און עס קען זיך מאכן אפילו דריי). און שטייצעך געוואנדן לויט וויפיל צייט איך האב, הכל לפי הזמן והמצב והרוח.
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
געווענליך ווען מיין קאמפיוטער איז אנגעצצינדן איז קרעטשמע אפן, מ'געט א קוק דא דארט, אוטן ווען ס'ווערט אביסל שיטער די צייט סיינט מען אריין און מ'איז מגיב אז ס'איז א נחת.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
בקפידא? לאו דוקא, אבער ס'קומט מיר אויס געווענליך דא צו זיין כמעט יעדן טאג.