גריסן און שמועסן
מיטוואך נובמבר 08, 2006 5:16 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
Advertisement
מיטוואך נובמבר 08, 2006 5:22 pm
1] יא
2] ניין
3] יא
4] (נישט וועליד)
5] אביסעל אסאך
6] ווען ס'כאפט מיר
7] איך טריי עטליסט, איך זאג נישט ס'מאכט זיך אמאל אן אויסנאם... אבער געווענליך בין דא יעדן טאג.
מיטוואך נובמבר 08, 2006 5:32 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
יא, אבער נישט אלע תגובות.
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
יא.
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
(נישט וועליד)
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
אביסעל אסאך
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ווען ס'כאפט מיר.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
כמעט א יעדן טאג וואס איך בין אין אפיס בין איך אין קרעטשמע.
מיטוואך נובמבר 08, 2006 5:38 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
אוודאי.
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
נאר ווען איך האב וואס.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
אוודאי.
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
נאט וועליד.
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל איך לייג אריין, וואלט איך געוואלט אריינלייגן דאפעלט.
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
אפילו ווען ס'כאפט מיר נישט.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
מער ווי מקפיד, מען קען זאגן ביז מסירת נפש.
מיטוואך נובמבר 08, 2006 6:06 pm
1. יא
2. 50/50
3. ניין
4. ווענד זיך אין די נושא. חלש נישט
5. ווי לאנג ס'נעמט
6. ווענד זיך ווי א טאג, פלאס ווען ס'כאפט
7. מקפיד? מ'קומט אריין ווען ס'גליסט זיך א טרינק
מיטוואך נובמבר 08, 2006 6:46 pm
1. יא.
2. כמעט.
3. יא.
4. אויב ס'איז דא אזא מציאות אז איך זאל עס נישט באמערקן, ( ווי אויך די פון די מנהלים פורום. )
5. לויט וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו רעאגירן אויף וואס איך פיל פאר וויכטיג, און נאך אביסל.
6. ווען איך האב א געלעגנהייט.
7. איך פראביר, אבער יוצא מן הכלל קען זיך אלץ מאכן.
(יאנאש איך האף אז דו ביסט צופרידן.)
מיטוואך נובמבר 08, 2006 7:32 pm
Jewboy האט געשריבן:1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
געווענדליך קוק איך א נייער אשכול, פשוט ווייל פונעם קעפל קען מען רוב מאל נישט וויסן פון וואס דער אשכול רעדט זיך (ועי' באשכול שפיל: נושא ההודעות). נאך וואס איך האב שוין געזען די נושא פונעם אשכול, קום איך צוריק דערצו נאר אויב ס'איז אינטערסאנט.
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין. איבערהויפט לעצטענס ווען רוב אשכולים זענען צוזאמען געפלאכטן פון שטותים והבלים, אדער אומאנטערסאנטע תגובות, אן קיין שום תוכנ'דיגער אינהאלט. (הו גיי איך כאפן פאר די ווערטער, אבער נישט געזארגט כ'בין גרייט דערויף...).
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
ניין.4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
אשכולים וואס איך זע ביים ערשטן מאל אז ס'איז אומאינטערסאנט, קוק איך מער נישט.5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
ווי א טאג, הכל לפי הזמן.6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט
אייך?
וכנ"ל, הכל לפי הזמן.7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
איך האב א קפידא, נישט צו האבן קיין קפידא'ס...
מיטוואך נובמבר 08, 2006 8:12 pm
זארעכ כתב:
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
אשכולים וואס איך זע ביים ערשטן מאל אז ס'איז אומאינטערסאנט, קוק איך מער נישט.
לדוגמא מיין אומגעלונגענעם אשכול 'פאריעריגע שניי'
מיטוואך נובמבר 08, 2006 10:48 pm
זארעכ, איך טראכט צו איך זאל דיר ענטפערן פאר חלק צוויי פון דיין תגובה, אבער אזוי ווי דו האטס דיך דאך באווארענט, איז עס שוין באלד נישט אינטערעסאנט, וועל איך ענדערש ווארטן אויף א מינוט וואס דו וועסט דיך נישט כאפן, און דעמאלטץ וועל איך דיר באצאלן בל"נ,
אויף שאלה פיר האסטו נישט געענטפערט אויף וואס מ'האט געפרעגט.
מיטוואך נובמבר 08, 2006 10:53 pm
ער מיינט צו זאגן אז בעצם קוקט ער יעדן אשכול, חוץ אויב ס'יז נישט אינטערעסאנט ביים ערשטן מאל דאן קוקט ער עס נישט 'נאכאמאל'.
למשל פאריעריגע שניי...
מיטוואך נובמבר 08, 2006 10:58 pm
איך צי נישט צוריק, ער האט נישט געענטפערט אויף די קשיא, די קשיא איז נישט צו ער קוקט יעדן אשכול אדער נישט, נאר וועלעכע ער קוקט נישט, און וואס האט ער געענטפערט, וועלעכע ער קוקט נישט א צווייטע מאל, טענה לו בחטין והודה לו בזכר קדשו.
מיטוואך נובמבר 08, 2006 11:49 pm
Jewboy האט געשריבן:1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
יא
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
יא
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
די אומגעשריבענע
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל עס פארלאנגט זיך אלעס אדורכצוליינען גרינטליך
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
אינדערפרי פאר די ארבעט, אינמיטן טאג ביים קאווע בראטך, און שפעטער ביינאכט.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
וואדען? ווער נישט? כ'מיין - מ'שטיינס געזאגט - ווי קען געמאלט זיין אז די טאג זאל פארביי גיין אן א באזוך אין קרעטשמע... עס איז דאך אינו דומה, קיין פארגלייך א טאג מיט די קרעטשמע צו א טאג אנדעם (אויסער חול המועד, קום איך דא אריין יעדן טאג, אריינגערעכנט ערב און מוצאי שבת ויו"ט)
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 12:09 am
איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
געווענדליך, חוץ אויב די שרייבער דערפון האט שוין געעפנט אפאר אומאינטערסאנטע אשכולות יענעם טאג.
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
אויב האב איך וואס צו ענפערען.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
ניין
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
מיינסט מן הסתם וועלכע פורומים געווענדליך קוק איך נאר און היימישע קרעטשמע און די ק.נ.א. נייעס חוץ אויב איך האב ממש נישט וואס צו טוען
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
גאנץ אסאך
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ווען ס'כאפט מיר
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
אוודאי
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 12:20 am
איין שאלה האט זשובוי אויסגעלאזט, לאמיר זען ווער ווייסט
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 1:13 am
שוועמל האט געשריבן:איין שאלה האט זשובוי אויסגעלאזט, לאמיר זען ווער ווייסט
וויפיל אזייגער עס איז
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ניין
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
ניין
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
ניין
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
די פאריעריגע שניי
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
וויפיל עס פעלט זיך אויס
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
ווען איך האב א מעגליכקייט
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
ניין
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 12:27 pm
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע? יא
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר? ניין
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע? קוק ביי שאלע נאמבער 1
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט? צום דריטען מאל איך קוק אלע
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע? אזוי לאנג ווי מען זעט מיין נאמען אינטן אזוי לוםיל צייט פארברענג איך דא
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך? איך שטרענג מיך אן דא צו זיין כאטשיג איין מאל א וואך
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג? ניין
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 3:28 pm
Jewboy האט געשריבן:1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
1] 99.9
2] ניין
3] אלע חוץ ספארט'ס
4] קוואטס
5] אמאל א שעה אמאל צוויי
6] געווענדליך איז עס צופרי 12 צייט און דערנאך ארום 3 אבער סיז נישט אויסגערעכנט
7] ניין
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 4:39 pm
סאכדעס, דער אשכול הייסט נישט קיין (ש)[ס]קר, איך מיין דיין ענטפער אויף נאמבער זיבן.
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 5:42 pm
וואס זאל איך טוהן אז כ'בין נישט מקפיד אויף דעם.
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 7:51 pm
קנאי,
איך מיין צו זאגן אזא מין שאלה וואס איז מעין די אנדערע שאלות.
סאכדעס,
99.9% מיינט אז פון יעדע צוויי הונדערט תגובות לאזטו אויס איינס,
האסטו דאס טאקע געמיינט?
פרייטאג נובמבר 10, 2006 2:47 am
איך ווייס ווער עס ווייסט די קענסט דיך מעלדען צי אים אין אישית
דא האסטי א לינק צי זיין אישית
פרייטאג נובמבר 10, 2006 6:06 am
1] איר קוקט אלע אשכולות דא אין קרעטשמע?
ניין
2] יעדע אשכול וואס איר קוקט ענטפערט איר?
לאו דוקא, נאר אויב האב עפעס מוסיף צו זיין.
3] איר קוקט אלע פורומים דא אין קרעטשמע?
ניין. איך קוק נאר די וואס איך ווייס אז זיי זענען אקטיוו.
4] וועלכע אשכולות קוקט איר נישט?
אשכולות וועלכע זעהן מיר נישט אויס אינטערסאנט. לדוגמא, "רמזים אויף תשס"ז".
5] וויפל צייט געט איר אוועק פארן קרעטשמע?
פיל מער ווי געברויכט...
6] האט איר געוויסע שעות אין טאג וואס איר זענט אין קרעטשמע, אדער ווען ס'כאפט אייך?
יא, איך האב מער ווי אפאר געוויסע שטונדען וואס דאן באזוך איך אלע קרעטשמעס אין דארף.
7] זענט איר מקפיד צו זיין דא אין קרעטשמע יעדן טאג?
מקפיד? כמעט ווי אויף זמן קריאת שמע... איך קום אבער אן דורכצופירען די קפידא מער ווי זמן קריאת שמע...
פרייטאג נובמבר 10, 2006 12:55 pm
שוועמל האט געשריבן:סאכדעס,
99.9% מיינט אז פון יעדע צוויי הונדערט תגובות לאזטו אויס איינס,
האסטו דאס טאקע געמיינט?
כאב נישט ממש דאס געמיינט, כאב זיך נישט געזעצט רעכענען פונקטליך די פראצענטן, שנית, כ'ווארט אויף אן אישית פון דיר, דריטנס, האביך בעיקר געמיינט אז כ'ליין ממש אלע, אבער חוץ איינע וואס דאס איז קואט'ס, אבער דאס איז אויך נישט אלעמאל, אסאך מאל ווען כאב נישט קיין נערווען.
פרייטאג נובמבר 10, 2006 2:15 pm
קרעזי;
איך בין האלב באליידיגט... איך בין דאך דער גרינדער פונעם "רמזים אויף תשס"ז" אשכול וואס איז ביי דיר אומאינטערסאנט... כ'האף אז איך וועל נישט האבן קיין צושטערטן שבת...
פרייטאג נובמבר 10, 2006 3:52 pm
סאכדעס;
ערשטענס, האב איך מיך אויך נישט געזעצט רעכענען פראצענטן, נאר בהשקפה ראשונה קומט אזוי אויס.
צווייטנס, קענסט ווארטן.
דריטנס, דער אשכול "קוואטס' באטרעפט נישט קיין 0.01 פון די אשכולות, לכאורה פול מער.
קרעמער~~~ [קוטשקע בעראטשקע]
יעצט האף איך פארשטייסטו מיך שוין מיט מיין אומגעלונגענעם אשכול פאריערערעיגע שניי