גריסן און שמועסן
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 10:12 am
נו גילוי....
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:03 am
הלואי זאלן אלע ניקס וואס ווייסן ווער איך בין מיך שיקן פריוואט
און ווי אויך מיר זאגן ווער ער איז
כדי מיר זאלן זיין שוה בשוה
אבער טוהן עפעס דערצו
יאך האב ב"ה בעסערע דאגות
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:51 am
בחורהזעצער האט געשריבן:להבין שמועות האט געשריבן:זייער הנאה געהאט פון די תגובות ספוזמאן בני ברק'ער, נאר איין זאך וואס איך פיל אנדערש, ס'איז עפעס משמע פון בני ברק'ר אז מ'זאל נישט משוגע מאכען און אישי אויב מ'קען דיר וכו' כאלו אז די ווייסט ווייסטו לאמיר נישט וויסען אז דו ווייסט,
אני הקטן בין אנדערש כ'וויל נישט די זאלסט וויסען ווער איך בין אבער אויב דו ווייסט לאמיר וויסען אז די ווייסט כלשון בני אדם "אז [ווען] שוין דען שוין", בקיצור כ'קען יא באשטיין צו וויסען ווער ס'האט מיר דערקענט....
גראדע ווייס איך פון גאר א חשובע ניק וואס ווען ער ווערט פערצופאל געוואר יענעם'ס אידענדיטעט, מאכט ער זיכער אז יענער זאל וויסן ווער ער איז, אין גזירה שוה למחצה...
און איך ווייס פון א חשוב'ע ניק וואס אפילו נאכדעם וואס ער מעלדט איין פאר איינעם אז ער איז געוואויר געווארן יענעמס אידענטיטעט, שרייט ער נאך אלץ חי וקים אז זיין אייגענע אידענטיטעט "איז נאכנישט געקומען די צייט" ארויסצוגעבן פארן באטרעפנדן.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:08 pm
לכל זמן האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:קיינער קען מיר נישט דא?
מען וויל מיר נישט קענען?
אדער באהאלט איך מיך גיט?
ביזטו נישט פערצופאל 'מי יודע'ס' אינגערער ברודער..?
אפסס יעצט בין איך געוואר געווארן מיין ברודערס ני'ק ער האט מיר נישט געוואלט זאגן קיינמאל
פון ווייסטו עס?
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:09 pm
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:הלואי זאלן אלע ניקס וואס ווייסן ווער איך בין מיך שיקן פריוואט
און ווי אויך מיר זאגן ווער ער איז
כדי מיר זאלן זיין שוה בשוה
אבער טוהן עפעס דערצו
יאך האב ב"ה בעסערע דאגות
גם אני מצטרף
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:09 pm
נאכ'ן שטודירן און אנאליזירן דעם פראבלעם פון גילוי בין איך געקומען צום אויספיר אז דער פראבלעם איז אסאך ווייטער און טיפער ווי געמיינט ביז יעצט, די גאנצע אינפראסטרוקטור פון גילוי איז געבויעט אויף שוואכע יסודות און צומישטע כללים.
דהיינו? נאכן אדורכליינען די אומצאליגע אשכולות וואס באציען זיך צום גילוי פראבלעם, און נאכ'ן אדורכפירן אינטערוויו'ס מיט די גרעסטע מומחים אין דעם פעלד און אויך מיט עטליכע קרבנות וואס מפני כבודם וועל איך זיי נישט דא אויסרעכענען, האב איך איינגעזעהן אז באמת וויל יעדער ניק אז זיין נאמען זאל נתגלה ווערן, נישט נאר דאס ער וועט טהון אלע מינע פעולות כדי צוציען יענעם'ס אטענשאן, געוויסע ניק'ס וועלן אויך באשולדיגן יענעם אין גילוי, אזוי ארום צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו זייער אייגענע ניק, די פראבלעם ווערט נאר, ווען פונקט די מענטשן וואס ער וואלט געהאט חשק צו באקענען מיט זיי, זיי ווערן צום סוף נישט געוואר, און די וואס ער האט נישט געוואלט זיך באקענען דייקא די מענטשן ווערן יא געוואר.
סא, דא פאנגט זיך אן די פראבלעם און ווערט נאר ערגער ווי ווייטער מען טראכט אריין, ניק א' וויל זיך באקענען מיט ניק ב', ער פייניגט ניק ב' אויף פארשידענע וועגן, ניק ב' וויל דייקא נישט קענען ניק א' און כאפט נישט וואס ניק א' וויל פון אים, זעהנדיג אז דאס ארבעט נישט, באשלוסט ניק א' ארויסצולאזן אייגענע אינפארמאציע אויף זיך צוביסלעך, אזוי אז ניק ב' זאל כאפן ווער ער איז, להכעיס וועט אבער ניק ב' נישט כאפן, נאר ניק ג' וואס ניק א' קען אים נישט דערליידן און ווען ער זעהט ניק ג' שרייבן אין א אשכול ווערט די אשכול ביי אים מוקצה מחמת מיאוס, פונקט דער ניק וועט אים דערקענען, און ניק ג' איז זיך פארשטייט זיך מתגלה פאר ניק א', סדאך נישט מער ווי מענטשליך, און צו אלע צרות איז דער ניק ג' א גיטער אויך און ער שדכנ'ט אים אן צו זיין שוואגער ניק ד', דאן ווערט ניק א' געוואר אז דער שכן פון קעגנאיבער, וועמענ'ס קינדער צומזיק'ן אייביג זיין קאר און לייגן די שמוציגע פעמפער'ס פאר די קעץ, און ער דער טאטע דער טיפש כאפט פשוט נישט וואטס ראנג, ווערט ער יעצט געוואר אז דער שכן איז טאקע ניק ד', און דא איז ער שוין זיין בעסט פריענד אין מקוה אויך, ווי ער קומט נאך צוגעבן אביסל היימישע פאנגוס, און ניק ה' ווייקט זיך אינעם דערנעבנדיג בור און הערט אלעס, און דערציילט פאר ניק ב' אז ער ווייסט ווער ניק א' איז אבער ער זאגט אים נישט אויס צוליב תקנות, אבער אויף אזויפיל קען ער אים זאגן אז ער איז אויך גיט מיט ניק ד', .... ניק ב' באשלוסט אז ניק א' איז מסתמא די זעלבע שוטה, און דערווייטערט זיך נאך מער, און אזוי דרייט זיך די גילוי רעדל ווייטער אן קיין שום סענס, אן קיין שום השגחה און ווער ווייסט צו וואס עס קען נאך צוברענגען.
בקיצור, איך האלט אז מ'מוז צוריק אנפאנגען די גאנצע גילוי פון סקרעטש, די יעצטיגע סיסטעם איז אביסל אוטדעיטעד, עלטערע טרעפן זיך מיט אינגע, פיינט מיט פריינט, הויעכע מיט קליינע, דארע מיט גראבע, מאכן גילוי איז נישט קיין גרינגער אונטערנעמונג, עס ליגט א געוואלדיגער חכמה אונטער יעדע ריר, די מנהלים ארבעטן יעצט אויף א נייע פראגראם וואס וועט גרינגער מאכן פאר אלע ניקים, אבער ביזדערווייל זאל מען שטייט ווייט פון יעדע מין התקרבות וואס קען פירן צו גילוי רח"ל.
נכתב ונחתם יום א' דר"ח אדר פה קרעטשמע יע"א.
דאט.קאם
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:16 pm
דאט קאם
פארמאגסט א שכל הישר מיט א טיפן בליק מיט א ווינדערליכע שריפט, אזוי קלאר ארויסצוהאבן די ענין און עס אזוי קלאר אראפשרייבן

געוויסע ניקס גייט מיר נישט אן אז זיי קענען מיך, פארקערט איך האב הנאה זיך צו טרעפן מיט זיי און איבערקייען אינטערעסאנטע זאכן פון אייוועלט
אבער ס'דא ניקס וואס איך ציטער אימת מות זיי זאלן נישט געוואויר ווערן
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:19 pm
דאט-קאם ברענגט עס זייער גוט ארויס!
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:37 pm
ס'איז ווינדערלעך ווי ווייט מיר זענען פארטעמט, וואס דא זעט מען עס בחוש ווי אנדערש זענען די ריאקציעס צו איינעם וואס מ'קען און איינער וואס נישט, איינער וואס מ'האט באקומען אויף עם א שלעטע רושם אין אייוועלט און א גוטע אין ריעל לייף און די זעלבע פארקערט איינער וואס מ'האט א שלעכטע רושם אין ריעל לייף און א גוטע אויף אייוועלט, הקוצור אונז זעמער איין שטיק נגיעות איין שטיק פאלשקייט עולם השקר ביזן זמן פון ומלאה הארץ דעה את ה' בב"א
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:44 pm
ניק ניק האט געשריבן:ס'איז ווינדערלעך ווי ווייט מיר זענען פארטעמט, וואס דא זעט מען עס בחוש ווי אנדערש זענען די ריאקציעס צו איינעם וואס מ'קען און איינער וואס נישט, איינער וואס מ'האט באקומען אויף עם א שלעטע רושם אין אייוועלט און א גוטע אין ריעל לייף און די זעלבע פארקערט איינער וואס מ'האט א שלעכטע רושם אין ריעל לייף און א גוטע אויף אייוועלט, הקוצור אונז זעמער איין שטיק נגיעות איין שטיק פאלשקייט עולם השקר ביזן זמן פון ומלאה הארץ דעה את ה' בב"א
דאס הייסט אז ווען משיח גייט קומען גייען אלע ניק'ס נתגלה ווערן? איך פאנג שוין אן צו ציטערן....
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:50 pm
מ'גייט נישט ענטפערן לויט ווער ס'האט געשריבן נאר לויט וואס ער האט געשריבן, ובאגב וועלן דעך מסתם אלע חולים נתרפה ווערן אזוי ווי ביי מתן תורה, נו וועט נישט איינער זיין קלוגער פון צווייטען אויך קנאה שנאה וועט לכאו' נישט פארנעמען קיין פלאץ אין די לעכטיגע טעג וואס מיר האפן בקרוב צו זען
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 4:03 pm
בני ברק'ער האט געשריבן:ספאסמאן, איך מיין אייך זאגן, ס'זיצט מיר לאנג אויפן הארץ, און ייש"כ פאר דיינע ווארימע און גאלדענע רייד.
הלוואי וואטן מענטשן געוואוסט, אז מיטן שפיאנירן יענעם מאכט מען שאד דעם העליכן פלאץ אונזערע. הלוואי וואלטן מענטשן געוואוסט אז מיט יעדער אימייל וואס איך באקום מיט די קנאקעדיגע און אום-מענטשליכע פראגע: מוזט מיר זאגן וואער דו ביזט. און "דיין דריטע נאמען הייבט זיך נישט אן מיטן אות ..." וכו' וכו'" באקום איך ווייניגער חשק זיך ארויס צו געבן דא
.ס'דאך בעצם נישט מער ווי א פלאץ ווי מ'קען ארויס געבן געפיהלן. ווי א מענטש קען זיך געבן א ציה אויס. זאגן א גוט ווארט פאר יענעם, זיך גרינגער מאכן דאס טאג-טעגליכן לעבן, יעדער קען דערפון הנאה האבן. איז פארוואס? ברודערלעך, פארוואס
?
צום בישפיל: איך האב איינמאל געשריבן, און כ'מיין ס'געווען גאנץ א געשמאקע ארטיקל אויף א סדר היום פון פארן דאווענען און בים דאווענען מיט'ן קאווע וכו' וכו'. זייער אסאך האבן הנאה געהאט, און אריין געשיקט ישש"כ, בייפ פארום און אין אישי, פאר זי אלע - יישר חילכם
.אבער אר די אלע וואס האבן אנגעהויבן צו דערגיין די יאהרן
:"
דאוונסט נישט במקרה אין..."? אין "אה, איך בין היינט געווען מיט דיר אין איין מנין", און "מיר האבן זיך געטראפן נעכטן אין מקווה", וכו' וכו'.
קינדערלעך, ס'מיר ארויס די חשק צו מיך זעצן שרייבן. ווייל פון צו שרייבן, אין יעדן ווארט איבער קוקן בי"ג נפה צו ס'קען מיך חלילה אוסליפערן, איז שוין ענדערש נישט צו שרייבן און פארטיג
...
א שאד, מיר זענען נישט קיין קליינע קינדער. דא אין ארץ ישראל, רופט מען עס "חיה ותן לחיות..." פארע דיך מיט דיינעם, לאז מיך זיך פארען מיט מיינעם, שטופ נישט אריין די נאז און לאז לויפן
...
ס'איז מיר א שטיקל חידוש וואס דו שרייבסט, לויט וויאזוי איך פארשטיי וואוינסטו אין א"י, קרעטשמע פארמאגט עטוואס מער פון א מנין ניקס אין א"י וואס רוב דערפון זענען נישט אקטיוו. ס'איז מיר א חידוש אז פון שרייבן א סדר היום אין א בית המדרש זאלן מענטשען זיך פראבירן צו דעגרינטעוון ווער דו ביסט?? די וואס האבן משוגע געמאכט זענען בני א"י אדער דא פון אמעריקע? אויב פון אמעריקע איז אייער פחד איבערגעטריבן, ס'איז שווער צו גלייבן אז אן אמערעקאנער זאל כאפן אן אידענטיטעט דורך ליינען א סדר היום פון א אינצידענט וואס מאכט זיך אין יעדע שול אויף דעם גלאבאל. און צו זאגן אז די וואס האבן געוואלט דערגיין זענען דיינע ברודער פון א"י איז אויך שווער צו גלייבן ווייל ס'איז קוים דא פון זיי... אלזא מיין איך אז דו זאלסט דיך נישט דערשרעקן, קיינער גייט נישט געוואויר ווערן ווער דו ביסט, דו וואס פרעגן טוען עס פשוט דיך צו מאכן שפירן היימיש אז זיי גייען דורך די זעלבע זאך און זיי וואונדערן זיך וויאזוי ס'איז דיר געלונגען עס אזוי גוט צו באשרייבן. די עיקר איז דו דערשרעק דיך נישט, גיי אן און שרייב. איין זאך יא, אויב שפירסטו אז איינער שטייט דיר ממש אין וועג, מעלד עס פאר די הנהלה זיי ווייסן וויאזוי צו האנדלען מיט אזאנע אידן.
הצלחה
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 5:20 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:דאט קאם
פארמאגסט א שכל הישר מיט א טיפן בליק מיט א ווינדערליכע שריפט, אזוי קלאר ארויסצוהאבן די ענין און עס אזוי קלאר אראפשרייבן

געוויסע ניקס גייט מיר נישט אן אז זיי קענען מיך, פארקערט איך האב הנאה זיך צו טרעפן מיט זיי און איבערקייען אינטערעסאנטע זאכן פון אייוועלט
אבער ס'דא ניקס וואס איך ציטער אימת מות זיי זאלן נישט געוואויר ווערן
גם אני מצטרף, א יישר כח דאט-קאם, גיט אראפגעלייגט.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 7:58 pm
איך קען ב"ה זאגן אז יעדער ניק וואס איך קען פערזענליך, קען מיר אויך. פארקערט קען איך אבער נישט זאגן... ס'דא א שיינע פאר ניקים וואס ווייסן ווער איך בין, און איך האב נישט קיין אנונג ווער זיי זענען
.....
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 9:13 pm
ניק ניק האט געשריבן:ס'איז ווינדערלעך ווי ווייט מיר זענען פארטעמט, וואס דא זעט מען עס בחוש ווי אנדערש זענען די ריאקציעס צו איינעם וואס מ'קען און איינער וואס נישט, איינער וואס מ'האט באקומען אויף עם א שלעטע רושם אין אייוועלט און א גוטע אין ריעל לייף און די זעלבע פארקערט איינער וואס מ'האט א שלעכטע רושם אין ריעל לייף און א גוטע אויף אייוועלט, הקוצור אונז זעמער איין שטיק נגיעות איין שטיק פאלשקייט עולם השקר ביזן זמן פון ומלאה הארץ דעה את ה' בב"א
איך האב דאס זעלבע זאך מסביר געווען פאר איינער וואס האט מיר מגלה געווען, גראדע האב איך נישט געהאט קיין פראבלעם אז ער האט מיר מגלה געווען.
א שטארקע פוינט ניק ניק
פרייטאג פבואר 24, 2012 4:57 am
אין דער ענין פון גילוי איז נאך אריינגעמישט א נקודה
וואס אסאך ניק'ס דפה באווייזען געוויסע טאלאנטען און עס איז א מענטשליכע זאך צו וועלען אנערקענט פאר די טאלאנטען
נו איז טאקע דער ניק ווערט אנערקענט אבער דאס איז נאך נישט א פערזענליכע אנערקענונג נאר אנאנים
ממילא אסאך מאהל מאכט זיך אז מען וויל טאקע ווערען נתגלה כדי די אנערקענונג זאל זיין שטארקער און מער באטעמ'ט פאר דעם שרייבער
כדי אז מען זאל זאגען אההההה ר' סאו ענד סאו שרייבט דאך געוואלדיג
לולא דמסתפינא אמינא אז דאס גייט נישט אריין אין גיאות נאר איז בבחינת קנאת סופרים וואס חז~ל באטראכטען ווי א פאזיטיווע זאך
פרייטאג פבואר 24, 2012 6:48 am
ס'איז דא נאך א זאך, אז ס'קומען דא געוויסע מענטשען וואס דארפען זיך אביסל ארויסגעבען גייט מען אריין אין די אשכולות כדוגמת "איינס טאר נישט האבען שייכות מיטן צווייטען" "ווילקאמיר" "משנכנס אדר" ועוד היד נטויה וכו' און אז איינער ווייסט ווער זיי זענען שעמען זיי זיך אביסל, איך הקטן אליינס שרייב זיך אין צאט מיט אפאר חברה איז דארט שרייבט מען נארמאל נישט די אלע אויבענדערמאנטע זאכען, איז דא מענטשען וואס שעמען זיך מיט דעם.....
מיטוואך מאי 16, 2012 12:40 pm
טיילווייזער ליסט, פון וועלכער טייל קענען מיר זיך פערזענליך, טייל נאר מיטן נאמען, טייל אנעם נאמען וכו', ואין מוקדם ומאוחר.
ארענדער, קרעמער, טריאו, מאשקע, לאז געמאכט, שמערי בערי, חכם עתיק, שאץ מאץ, בלעקבערי פען, שמויגער, אלדד, היימישער איד, גראדער, רשכבהג, דער גראפיסט, תמים, להאיר, תלמוד לערנער, שמן למאור, מר. פאטאשאפ, שטארק זיך, אידיש טעק, יקותיאל, ניק ניק, msp, שנה ראשונה.
מיטוואך מאי 16, 2012 12:43 pm
ווינקעל, כ'קען ווערן דיין פרענד ?
מיטוואך מאי 16, 2012 12:43 pm
למה?
מיטוואך מאי 16, 2012 12:45 pm
ווינקל, יעצט שרייב וועלכע ניקס דו קענסט (און זיי קענען דיר נישט)
מיטוואך מאי 16, 2012 12:49 pm
ווינקל
האסטו מיר געפאנישט אין "ווינקל"?
הלמאי דו רעכענסט מיך נישט אויס (נאר איין ניק פון מיר.......)
מיטוואך מאי 16, 2012 1:29 pm
בוידעם האט געשריבן:ווינקל, יעצט שרייב וועלכע ניקס דו קענסט (און זיי קענען דיר נישט)
זיי זאגן פארקערט.
מיטוואך מאי 16, 2012 1:38 pm
ווינקל האט געשריבן:טיילווייזער ליסט, פון וועלכער טייל קענען מיר זיך פערזענליך, טייל נאר מיטן נאמען, טייל אנעם נאמען וכו', ואין מוקדם ומאוחר.
ארענדער, קרעמער, טריאו, מאשקע, לאז געמאכט, שמערי בערי, חכם עתיק, שאץ מאץ, בלעקבערי פען, שמויגער, אלדד, היימישער איד, גראדער, רשכבהג, דער גראפיסט, תמים, להאיר, תלמוד לערנער, שמן למאור, מר. פאטאשאפ, שטארק זיך, אידיש טעק, יקותיאל, ניק ניק, msp, שנה ראשונה.
ליצן
מיטוואך מאי 16, 2012 1:41 pm
וואס איז די דזשאוק?