Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איר זענט באקאנט מיט קאלעגע קרעטשמע מיטגלידער?

57
33%
37
22%
50
29%
28
16%
 
סך הכל שטימען : 172

פרייטאג דצמבר 17, 2010 8:47 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מר. טאבאקא, דו דארפסט קיינעם נישט קענען, דו דארפסט פאר קיינעם נישט זאגן ווער דו ביסט, און קיינער וועט נישט וויסן ווער דו ביסט.

אין דעם בין איך נישט אזוי זיכער... עם... כ'מיין צו פרעגן די מנהלים קענען נישט זעהן די איי פי אדרעסן?

איך גלויב אז לכה"פ דער ארענדער זיכער.

Advertisement

פרייטאג דצמבר 17, 2010 9:14 am

די אייפי אדרעסן זענען שטארק באהאלטן אפי' פון מנהלים.

פון וויסן דיין אייפי אדרעסע ביז וויסן ווער דו ביסט, איז פאלג מיר א גאנג....

פרייטאג דצמבר 17, 2010 10:25 am

איך האב פיינט די דיסקאשען פון איי פי אדרעסן
אסאך ניקים גייען און תהום, ווען מען הייבט אן רעדן פון די סאבאשעקט,

פרייטאג דצמבר 17, 2010 10:48 am

יאך זעה אז כ'האב קיינמאל קייין ליסטע נישט געמאכט דא. כ'מיין ס'שוין נישט אינטערסאנט.

פרייטאג דצמבר 17, 2010 11:02 am

ווינקל האט געשריבן:די אייפי אדרעסן זענען שטארק באהאלטן אפי' פון מנהלים.



שקר! איך ווייס קראנט אז די מנהלים און טיילמאל זייערע ארומיגע האבן יא צוטריט צו די איי פי אדרעסן.

פרייטאג דצמבר 17, 2010 11:13 am

א זוכעניש אין די טיפע קעלערן פון קרעטשמע האט דאס געפינען

יאנאש האט געשריבן:מנהלים קענען זעהן אייפי אדרעסן נאר פון אורחים


viewtopic.php?p=47660#p47660

פרייטאג דצמבר 17, 2010 11:21 am

and even if they can see, it doesn't mean anything.

If you don't have a STATIC address, no two posts will have the same IP address.
I am talking from experience.

פרייטאג דצמבר 17, 2010 11:26 am

and what can they do with an ip address its not the initials of your name

פרייטאג דצמבר 17, 2010 12:43 pm

משנה מקום האט געשריבן:and what can they do with an ip address its not the initials of your name

געוואלט זאגן די זעלבע

פרייטאג דצמבר 17, 2010 12:49 pm

אונז קעמערזעך מיט א קליינע צאל חברים דא, כ'רעד וואס ביידע צדדים קענען זיך פערזענליך, ס'קען זיין אז איך קען פערסאנעל נאך מענטשן וואס איך ווייס נאר נישט אז זיי שרייבן דא, ווי אויך איז דא אפאר ניקים וואס איך ווייס אדער איך רעד מיך איין אז איך ווייס ווער זיי זענען און זיי קענען מיך נישט (עכ"פ אזוי רעדעכמעך איין)
, דא איז א ליסטע פון וועם איך קען פערזענליך
לוסטיג (ע"ה)
מאשקע
איך הער
וויכטיג מאכער
דאנציגער
צו געזונט
אבי מ'לעבט (ע"ה)

שבת דצמבר 18, 2010 7:30 pm

איך קען נאר איין ניק וואס שרייבט דא ווייניגער פון מיר.

(נ.ב. איך האב נאר די ניק.)

שבת דצמבר 18, 2010 7:37 pm

איך קען א צאל ניקס,
איך האף אז קיינער קען מיך נישט (איך שרייב צופיל שטותים)

שבת דצמבר 18, 2010 7:40 pm

איך קען קיינעם נישט - און קיינער קען מיר נישט.
;1@ ;1@ ;1@

שבת דצמבר 18, 2010 8:33 pm

איך וואלט געוואלט קענען נאך ווייניגער

שבת דצמבר 18, 2010 10:22 pm

איך האב מיך שוין לאנג נישט באקאנט געמאכט מיט עפעס פרישע ניק'לעך

שבת דצמבר 18, 2010 10:23 pm

אלחנן!!!! דו לעבסט נאך???

----------

קרעמער, וואס???

שבת דצמבר 18, 2010 10:29 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אלחנן!!!! דו לעבסט נאך???

----------

קרעמער, וואס???

וואס עפענסטו אויף מיר אזעלכע אויגן?

שבת דצמבר 18, 2010 11:13 pm

די "וואס" האב איך גראדע געזאגט מיט צוגעמאכטע אויגן, אבער ס'מאכט נישט אויס...

פאריגע וואך האסטו דיך באקענט מיט מיר, מיט ברוך און נאך אפאר ניקס...

סיריעס, מיך דאכצעך אז לעצטענס האסטעך באקענט מיט אפאר חברה, איך מאך א מיסטעיק?

זונטאג דצמבר 19, 2010 12:14 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די "וואס" האב איך גראדע געזאגט מיט צוגעמאכטע אויגן, אבער ס'מאכט נישט אויס...

פאריגע וואך האסטו דיך באקענט מיט מיר, מיט ברוך און נאך אפאר ניקס...

סיריעס, מיך דאכצעך אז לעצטענס האסטעך באקענט מיט אפאר חברה, איך מאך א מיסטעיק?

איך קען נישט כאפן אויב דו טרייבסט ליצנות פון מיר אדער פון דיר, וואס הייסט באקענט מיט דיר בעת איך קען דיך שוין יאאארן?

אדרבה, דערמאן מיך וועמען איך האב לעצטנס באקענט, מיין זכרון - ליידער - דינט עפעס נישט...

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:00 am

האסטו נישט געזעהן די ווארט "סיריעס" נאך די פאראגראף וואס ס'שטייט "באקענט מיט מיר"? די סיריעסקייט האצעך אנגעהויבן נאכדעם! כאפסט?

איך געדענק נישט מיט וועם, איך ווייס נאר אז ביי אונזער וועכענטליכע מיטונגס הערט מען פון דיר כסדר די ווערטער "היינט האבעכמעך באקענט מיט נאכא-ניק"...

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:13 am

וועכענטליכע מיטינג...? מה זה?

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:20 am

יעד וואך קומט פאר אזא מיטינג איבער א בעג פאפיטעס און אנדערע צייט שטיפער געצייג, נישט אלץ צווישן מיר און קרעמער, צומאל צווישן קרעמער און א צווייטן, און צומאל צווישן מיר און א צווייטן, אבער פון צייט צו צייט קומטעס יא פאר צווישן מיר און קרעמער.

פאריגעסמאל איז עס געווען איבער א טעלער סעסעמי טשיקן, טשולענט, קישקע, יאפטשיק, ניסלעך, טשאקלעד, ביר, וויין, דאונאטס און סאודע, און שטייצעך הייסע קרעטשמע טעמעס זענען אויך סערווירט געווארן...

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:22 am

גיי ווייס וויזוי כאב פארגעסן פון די הייסע צינג און פעסטראמי... אבער דער עיקר איז אז קרעמער ווייסט נישט צו ער האט שוין בענעפעטירט פון קרעטשמע...

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:24 am

ספאנסערד ביי? יאקאן.קאם?

זונטאג דצמבר 19, 2010 1:29 am

יעדעס מאל א צווייטער, ס'לעצטע מאל האט עס א צווייטער געספאנסערס, איך האב נאר צושטייער געגעבן.
שרייב א תגובה

Advertisement