בלאט 5 פון 30

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 9:42 am
דורך וויכטיג מאכער
בעילאויט, דיך ווייסעך נישט צו איך קען, אבער דיין צווייטע ניק.. שוין לאמער נישט רעדן..

ס'דא אסאאאאך, וואס האבן צוויי, דריי, אדער מער ניקס..

אויסער דעם, איז דא אסאך אירע וואס איך ווייס אז זיי שרייבן, איך בין נישט זיכער מיט זייער ניקס, למשל, איך האב מיך די פארגאנגענע וואך באקענט מיט א ניק, וואס איך האב געוויסט אז ער שרייבט, און ער האט מיך געקענט נאר אלץ וויכי, די פארגאנגענע וואך, האמער זיך געטראפן.. אבער נישט פון די האב איך גערעדט, נאר פון ד דאפעלטע ניקס..

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 9:56 am
דורך bailout
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיט א ניק, וואס איך האב געוויסט אז ער שרייבט,

דאס איז נישט קיין קונץ, איך ווייס אויך וועכע ניק שרייבט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:15 am
דורך וויכטיג מאכער
בעלאויט, איך מוז דיך קענען.. דו ביסט אזוי פאני.. איך גיי איבערשרייבן, איי וויל טריי טו קאנצענטרעיט מאר..

איך האב געקענט א יונגערמאן, וואס שרייבט אין קרעטשמע, איך האב נאר נישט געוויסט זיין ניק, און ער האט מיט מיר אסאך גערעדט, אבער ער האט מיך נא געקענט אלץ וויכי, ער האט אבער נישט געוויסט ווער איך בין אין ריעל לייף, ביז די פארגאנגענע וואך.. גענוג קלאר?..

עניוועי, מיין ליסטע איז פיניש, (אזוי מיינעך) איך קען 52 מענטשען, (נישט אריינגערעכנט די וואס איך ווייס, אבער ס'איז נישט קאנפורמד..) ד.מ. א נאמען מיט א ניק, טייל פון זיי האב איך שוין גערעדט, און טייל פון זיי נישט, אבער ניקס, מיין איך איז 100, אינטערגעשאצט...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:08 am
דורך קרעמער
וויכי;

דו ווילסט מיר איינרעדן אז מער ווי 23 מענטשן שרייבן דא בכלל?

רעד איין דיין באבען...

(סארי, איך לייד נאך פון די אמאליגע פאוביע אז יעדער רעדט דא צו זיך אליין)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:11 am
דורך קריאת שמע
קרעמער האט געשריבן:מיט וועם?

סיי וועם

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 2:59 pm
דורך שמערי בערי
קאקאש קעיק? קען מיר?.

האלא, גילוי אלערט... כ'קעניש אזא מענטש/ניק...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 3:07 pm
דורך bailout
אפשר פון די פריערדיגע גלגול?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 5:56 pm
דורך סאכדעס
וויכי, נאר מיט מ.ב. קרעמער קענסטו מאכן א קאנטעסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 6:05 pm
דורך שמערי בערי
סאכדעס, וואסערע סארט קאנטעסט... :wink:

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 6:53 pm
דורך שמיי_דריי
ווכי סתם פאר די אינטערסאנטקייט...

די 52 מענטשן קענען דיר אויך???

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 7:21 pm
דורך וויכטיג מאכער
היינט צו טאגס, קענען מיך מער מענטשען, ווי מענטשען וואס איך קען, און דאס איז צוליב וואס איך האב אפען געזאגט פאר אפאר אירע ווער איך בין...(האלט!!! איך זאג נישט אזוי שנעל..)

אבער ס'דא א שיינע פאר, וואס קענען מיך נישט, און איך קען זיי, און אפאר וואס ווייסן ניטאמאל אז איך קען זיי..

בדרך כלל, אויב קען איך איינעם, און ס'איז נישט פארהאן קיין שום סיבה אז יענער זאל מיך נישט קענען, זאג איך עם ווער איך בין..

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 9:02 pm
דורך Yes_or_no
I know just one other nik.

Its "my other nik"

I voted that I don't want to know any one.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 9:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
Yes_or_no האט געשריבן:I know just one other nik.

Its "my other nik"

I voted that I don't want to know any one.


כאניש געוויסט אז איך בין דיין אנדערע ניק..

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 9:55 pm
דורך זיס
איך גיי יעצט ווארפן א באמבע:

איך קען קרעמער און קרעמער קען מיר נישט...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 10:43 pm
דורך קרעמער
דיין באמבע האט געפלאצט, ווייל פון דיין ערשטע אדער צווייטע תגובה האב איך שוין געכאפט ווער דו ביסט.

וסימנך: שיין און הויך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 11:20 pm
דורך זיס
נו, גילוי...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 11:57 pm
דורך שטרויזאק
זיס. שיין און הויך...
פשיהא... אלע מעלות...
צו דעם קומט נאך צו אפאר דאללער אין די זייט, און דו ביסט מסודר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:43 am
דורך לוסטיג
שטרוזאק ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:26 am
דורך שמערי בערי
איך גיי יעצט ווארפן א באמבע:

איך קען נישט קרעמער, און קרעמער קען מיך נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:34 am
דורך וויכטיג מאכער
רעטנגס אגענטורן זענען שוין אויפן וועג צום סצענע, נאכדעם וואס א חחחחחח האט אויפגעריסן אלץ רעזולטאט, פון א שמערי-געטריבענע באמבע..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:35 am
דורך סתם_אזוי
שמערי. וואויל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:43 am
דורך שמיי_דריי
שמערי ביסט צוקער....

נאך א מזל האסט נישט געווארפן די באמבע אויף מיין נאמען ווייל...... שוין.. לאמיר בעסער נישט רעדן.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:12 pm
דורך זיס
שמערי, ביזט אזוי זיכער אז ער קען דיר נישט? - מיר האט ער דערשנאפט נאך פאר איך האב גע'חלומ'ט צו ווארפן באמבעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 4:43 pm
דורך Yes_or_no
הייסט קרעמער דערשנאפט ווער מען איז דורכן די שריפט???? נא ווער בין איך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 5:26 pm
דורך קרעמער
לפי ידיעתי שנאפט ער נישט גארנישט, און פון זיך אליין קען ער גארנישט דערשנאפן. אויסער אויב איינער שרייבט ארויס רמזים אין א תגובה איבער זיין אידענטיטעט א שטייגער ווי זיס האט געטאן, נאכדערצו אז ער קומט זיך אויפטוהן מיט באמבעלעך, מאכט מען אומשעדליך זיינע באמבעס...