בלאט 1 פון 1
רבו עלי חבירי ---- 10,000
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:44 am
דורך קרעמער
איך האב דא געפערליכע פרעשור אין גוגעל-טאלק צו עפענען א נייע אשכול, וואס זאל אפצייכענען די צען טויזענטסטע תגובה.
מעסטערמיינד; יאנאש; ארענדער;
נאט אייך.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:47 am
דורך יאנאש
ווי אלל היר אין קנא העדקווארטערס וואנט טו סעי 'טענק יו מיסטער קאסמא' איט וואז דעי רייט דיסישען טו גיוו יו דעי אנער טו מעיק דיס פארט אפפ אייער היסטערי.
יו אר דעי בעסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:52 am
דורך arender
מיט גרויס הנאה טוה איך באגריסען די אלע חברים פון די קרעטשמע צום דערגרייכונג פון צען טויזענט תגובות, זאל דער אייבירשטער העלפן אז מ'זאל דאס טאפעלן און טריפלען אלף פעמים ככה ועוד, מיט געזונט און פרנסה, וכל טוב.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:55 am
דורך קרעמער
אוי ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, אוי אמן הללוי-ה.
ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, ואמר כל העם אמן, אמן הללוי-ה.
אוי ברוך ברוך ה', ה' אלקי ישראל, ברוך ה' אלקי ישראל מן העולם ועד העולם.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:56 am
דורך מעסטערמיינד
אמן ואמן, איין זאך איך וויל נאר זעהן די ריאקציע'ס אויף די פענעמער פון די איבריגע חברי הקרעטשמע וואס שלאפן זיך יעצט גוט אויס צו קענען פייערן מארגן די 10000 תגובה
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:58 am
דורך קרעמער
גוט געזאגט!
לאמיר נישט אראפרוימן די ברעקלעך, זאלן זיי כאטש קענען עסן די שיריים פון די סעודת מצוה/ליל ששי פארברענג.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:58 am
דורך איך_הער
שיעור בין איך געווען צווישן דעי, אבער פון הימל האט מען מיך צוריק אהער געשיקט, אז איך זאל נישט אריין קומען דא מארגן מיט בזיונות.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:58 am
דורך מעסטערמיינד
קוק ווער ס'איז דא!!!!
ער האט עס פארפאסט מיט פונקט צוויי מינוט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 1:00 am
דורך קרעמער
שלום עליכם איך הער, מיינע אויגן קלעבן שוין מער, צו פארבלייבן לענגער, איז מיר שווער.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 8:27 am
דורך 3x0
יעעעעעעעעעעעעי.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 11:27 am
דורך קהל'ס נאר
Who cares?
באמת זעה איך נישט וואס דער גרויסע שמחה איז, לאמיר טראכטן ערוואקסן פאר א סעקונדע צוויי, רוב תגובות דא זענען לויטערע שטותים, נו וואס פרייט מען זיך? אז צען ערוואקסענע אידן האבן געקענט שרייבן אזוי אזויפיל שטותים אין אזא קורצע צייט אפשניט? געוואלד געשריגן.
נו יאנוש, ברענג אהער דא גענוג משקה פאר ביז מארגן צופרי ביי קידוש, לחיים.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 1:00 pm
דורך סאכדעס
קהל'ס נאר; ווען נישט דו רופסט זיך אזוי וואלט איך געווען שטיל, אבער למאנסע, רופסטו דיר קהל'ס נאר, אלזא וועל איך דיר באטיטולען: "דו נאר וואס דו ביסט"
אויב רוב תגובות זענען לויטער שטותים, דאן ביסטו אין קרעטשמע נאך נישט געוועזען, כ'על נישט אריין מיט דיר אין א דין ודברים, אבער דאס איז מיין לעצטע ווארט פאר דיר.
אגוט שאבעס.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 2:34 pm
דורך cano
די שמחה איז אז חוץ דיך האט מען דא נאך קיינעם נישט געטשעפעט און די לשון הרע'עת וויישט מען אליין נישט צי שרייבען איך מיין צי זאגען מען דארף דא קיינעם נישט מעקען כמעט דער עולם איז נישט אינטערעסיערט דא קיינעם צי טשעפען אדער בארעדען און אז די זעהסט נישט די שמחה זאל אייך ה' שיקען א רפואה שלימה בקרוב
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 4:43 pm
דורך סאכדעס
ייש"כ קנאי, העולם אתך.