בלאט 1 פון 1

מיין באזוך ביי סושי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 5:55 pm
דורך סאכדעס
סושי וואו ביסטו? אזוי פלעגט מען קעסיידער הערן פון די איינוואוינערס פון דארף, ער האט נעבעך אונז איבעגעלאזט אזוי איינזאם, ווער רעדט נאך פון זיין ווייב און קינדער, זאל גאט רחמנות האבן אויף זיי און אויף גאנץ קעלאל ישראעייל, אמן.

אזוי קלערנדיג טראכטענדיג, וואס קען מען דא טוהן, קיין סאך האב איך נישט געוואוסט וואו אנצוהויבן וואו צו ענדיגן, כ'דריי זיך פון איין עק דארף צום צווייטן, יעדע פרעמדע פנים האט באקומען פון מיר אזא שאלעם אלייחעם, היי האו אר יו סושי, אזוי זיך צו טוישן דעם אויסזעהן? אבער סיז מיר נישט געלונגען, יעדער איינער רופט זיך אן כ'בין נישט סושי, אבער יאך האב נישט אויפגעגעבן.

כ'האב אנגעהויבן א מאסיווע זוכונג, כאב אריינגעמישט די עףביאיי, און די סיאייעי, די עםפופטין און עםסוקסטין, און אזוי אלע פריוואטע דיטעקטערס פון גרעטעיר נוי יארק, (וועא"מ) מיהאמיר שווער שווער געארבייט, פרעגט בעסער נישט, אנידערמיט איז געווען א מאנסע וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, וואס דאס האט אריינגעשלעפט די אלע נידריגע און הויכע פענסטער'ס צו די מערכה מיט די היידזשעקערס, סאו נאך צייט איז מיר פארשווענדעט געווארן.

מארגן קומט דער המשך בעז"ה מ'שטיינס געזאגט מנחה.
קומט אריין דאווענען אבער שוין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 5:59 pm
דורך Anonymous
מארגן מנחה? פרייטאג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 6:01 pm
דורך סאכדעס
נו קום אריין דאווענען וואס שלעפסטו מיר ארויס? כאב געזאגט אויף היינט אז מ'דארף גיין דאווענען.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 1:52 pm
דורך cano
אויך מיר א המשך וואו לאנג דארף איך זיצען דא ציגעקלעבט אפשר ביזען זמן?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 2:19 pm
דורך ניק
ווער איז סושי?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 5:12 pm
דורך סאכדעס
קנאי, ווילאנג האסטו דא געווארט אויף מיר? דו ווייס ביכלאל וויאזוי כ'קוק אויס?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 06, 2006 7:49 pm
דורך cano
יא נאוואדע ווייס איך וואו א שוחט מיט א גארבעדזש בעג אויף ביידע הענט וכו' יא יא אזוי וואו א שוחט דעלמא

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 06, 2006 8:23 pm
דורך סאכדעס
חחחכחאכ כ'גיי שוין טוישן בילד, נאכאביסל, אמת קרעמער?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 06, 2006 11:01 pm
דורך קרעמער
מיר ווארטן מיט שפאנונג

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 07, 2006 11:45 am
דורך סאכדעס
האלט'ס נאך אן נאך אביסל דער מארגן וועט בעז"ה אנקומען.

קרעמער; ספעשל טענקס פאר די גוטע געפיל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 11:14 am
דורך מאשקע
יש מחר לאחר זמן...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 11:26 am
דורך סאכדעס
כ'ווייס נישט וואס האט דיר געבראכט צו ארויפשלעפן די דאזיגן אשכול?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 11:32 am
דורך יאנאש
די זעלבע ארטיקל וואס צייטליכס חבר האט איבעריג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 4:44 pm
דורך צייטליך
חחחח, ס'האט גענימען א מינוט, אבער כ'האב געכאפט.