milech fried האט געשריבן:find the best move for black
מאך פון G7 - G6 דערנאך שעך שעכען.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אברהם דוד האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:milech fried האט געשריבן:find the best move for black
מאך פון G7 - G6 דערנאך שעך שעכען.
איך פארשטיי נישט פונקטליך, ווער זאגט דיר וויאזוי די ווייסע וועט גיין נאכדעם? און דאן איז עס דען א שאך-מאט?
אברהם דוד האט געשריבן:D2 צו E4
ווייס מוז פארמיידן א שאך-מאט (פון די שווארץ אפציע D5 צו D1) דורך איינס פון די פאלגענדע: B2 צו B1, אדער G2 צו G3, אדער H2 צו H3, אדער G1 צו F1.
דאן קען שווארץ אראפנעמען די פערד - D5 צו B5.
אדער אויב ווייס גייט פון B5 צו C3 וואס ער קען דעמאלס גלייך אראפנעמען דורך E4 צו C3.
אבער דאס אלעס רוקט אים נישט צו קיין זיכערע שאך-מאט.
So what's the point of the question?
גרשון האט געשריבן:אברהם דוד האט געשריבן:D2 צו E4
ווייס מוז פארמיידן א שאך-מאט (פון די שווארץ אפציע D5 צו D1) דורך איינס פון די פאלגענדע: B2 צו B1, אדער G2 צו G3, אדער H2 צו H3, אדער G1 צו F1.
דאן קען שווארץ אראפנעמען די פערד - D5 צו B5.
אדער אויב ווייס גייט פון B5 צו C3 וואס ער קען דעמאלס גלייך אראפנעמען דורך E4 צו C3.
אבער דאס אלעס רוקט אים נישט צו קיין זיכערע שאך-מאט.
So what's the point of the question?
שאכמאט ווייס איך נישט צי ער קען מאכן, אבער ער קען רוקן דעם פערדל D2 צו E4, אזוי וועט ווייס מוזן עפעס טון צו פארמיידן א שאכמאט, וועט ער קענען אראפרוקן פון ווייס א פערדל D5 צו B5 אן דעם וואס ער זאל צוריק אראפרוקן דעם שווארצן פערדל.
גרשון האט געשריבן:דאס איז שוין שווערער.
ער דארף צום ערשט מאכן שאך מיט'ן ווייסן לויפער d3-h7, דעמאלסט קען אים שווארץ אדער האקן דעם לויפער מיט'ן פערדל, אדער רוקן דעם שאך g8-h8.
אויב טוט שווארץ די ערשטע ברירה, דארף ווייס גיין מיט'ן שעכין h5-f7, און דערנאך מיט פערדל e5-g6; אויב טוט שווארץ די צווייטע ברירה, דארף ווייס קודם צוריקרוקן דעם לויפער, אזוי וועט שווארץ ווערן שאך דורכ'ן שעכין, און דאן אים מאכן שאכמאט מיט'ן רוקן דעם שעכין צו h7 אדער e7 - געוואנדן צי שווארץ רוקט אוועק דעם שאך אדער רוקט אריין דעם פערדל.
milech fried האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:דאס איז שוין שווערער.
ער דארף צום ערשט מאכן שאך מיט'ן ווייסן לויפער d3-h7, דעמאלסט קען אים שווארץ אדער האקן דעם לויפער מיט'ן פערדל, אדער רוקן דעם שאך g8-h8.
אויב טוט שווארץ די ערשטע ברירה, דארף ווייס גיין מיט'ן שעכין h5-f7, און דערנאך מיט פערדל e5-g6; אויב טוט שווארץ די צווייטע ברירה, דארף ווייס קודם צוריקרוקן דעם לויפער, אזוי וועט שווארץ ווערן שאך דורכ'ן שעכין, און דאן אים מאכן שאכמאט מיט'ן רוקן דעם שעכין צו h7 אדער e7 - געוואנדן צי שווארץ רוקט אוועק דעם שאך אדער רוקט אריין דעם פערדל.
אויב טוט שווארץ די צווייטע ברירה דארף ווייס גיין מיטן פערדל צו F7 און סאיז שאכמאט
סאיז א כמו Smothered mate
גרשון האט געשריבן:כ'זע נישט פאר אים קיין וועג צו מאכן א שאכמאט. לכאורה איז זיין בעסטע אפציע צו האקן דעם שווארצן טורעם מיט זיינער, a7-f7, און דערנאך אויב שווארץ האקט צוריק זיינס מיט'ן שאך, זאל ווייס רוקן דעם שאך a3-b4, און אים אזוי ארום האקן דעם אנדערן טורעם. כ'האב גוט צוגעטראפן?