בלאט 1 פון 1

שוידערליך! מציבה אראפגענומען.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:03 pm
דורך wildturkey
ווי יעדער זעט, איז די לאנג יעריגע מציבה וואס פלעגט שטיין לזכרון ולפירקלען פון דעם אלעמען באקאנטן אליעזר עבד אברהם, וואס האט יעדן (וואס איז ווערט געווען) מעביר געווען שלא מדעתו פון די פליישיגע און פארווע קאך און אריין געפירט צום מילכיגן (סמייטע) אפטיילונג פון די קרעטשמע.

ווי באקאנט ליגט שוין דער חולה ומשקה א לאנגע צייט באוואוסטלויז ליידער נישט קענעדיג רירן קיין mouse, וואס ווארשיינליך איז ער ביים מופן געווארן פארלאזירט ווען צופיל ארטיקלען ליגענדיג אין די באקסעס האט ארויפגעטראסקעט אויף איינע פון זיינע באשטאנדטיילן נעמליך עס איז געווען צופיל אריבערצופירן, און שלעפענדיג די אלע פירקעלאציעס האט עס אים שטארק געשאדט.

די מציבה איז וואס איז געשטעלט געווארן אין א שטילן ווינקל אינעהאלב אונזער ווירבענלענדיגע קרעטשמע, וואס און יעדע מעוננדיגע (קרעדיט: זאג די אליינס.........) טאג פלעגט מען זיך דארט אריין רוקן נישט קוקענדיג אויף קיינעם און שטילערהייט ארויסברענגען א שמייכעלע.

די נייעס פונעם מעביר זיין די פ"נ האט ארויסגעברענגט אויפברויז ווייל נישט וויסענדיג ווי ער ליגט ווייסט מען נישט ווי אהין צי רעכטן די טריט און א אנגעבלאזענע מצב........

עס איז צום האפן אז מען וועט זיך רעכענען מיט די אנגעווייטאגטע און כאטש צושטעלן לינקס צו די אלע שמייכל ארויפברענגערס.



בייגעלייגט א בילד פון די מציבה.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:28 pm
דורך אינטעליגענט
שיין מספיד געווען, זאלער זיין א גוטע בעטער...

אט האסטו א ציטאט פון ר' זארעכ'ן, נאך געשריבן בחייו פון ר' דולה ע"ה:

זארעכפעפער האט געשריבן:בעליוו איט אר נאט. ביי מיר אין פאסט שאכטל שלאפט נאך אן ארטיקל, אונטערן דאטום געשיקט אום דינסטאג פבואר 26, 2008 6:55 pm, וואס איך האב אפגעשיקט צו 'דולה ומשקה'.

אמאל האב איך געמיינט אז דער 'דולה' פארשטייט פשוט נישט קיין העברעאיש, דעריבער עפנט ער נישט די פאסט. אבער היינט צוטאגס, ווען מיר פארמאגן שוין ב"ה אלע אינסטרוקציעס פון די קרעטשמע אויף מאמע-לשון, א שטייגער ווי דער אויבנדערמאנטער בריוול וועלכער צייכנט זיך אויף ביי מיר 'ארויסגייענדער פאסט קעסטל', און אף על פי כן ליגט דאס נאך דארט באגראבן, בין איך געקומען צום באשלוס אז דער ניק 'דולה ומשקה' האט פשוט אויסגעהויכט זיין נשמה פריצייטיג.

יהא זכרו זארעך.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:50 pm
דורך איך_הער
טערקל, געוואלדיג, פיהל מיט הומער, יישר כח.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:00 pm
דורך יגרסהדותא
:cry: :cry: :cry: :cry:

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:02 pm
דורך שאץ מאץ
נעבאך...

מ'קען בלויז צולייגן א שטיינדעלע...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:17 pm
דורך זאנוויל
טערקעל א שיינער און א זיסער ארטיקל פיל מיט הומער, אבער ליידער ליידער איז עס זייער ווייטאגליך צו הערן אז מען האט אונז צוגענומען די סמעטענע, טייל פון די ארטיקלן האמיר שוין אויסגעליינט דארט, און טייל איז נאך געלעגן פאר די אויגן מיטן חשבון אויף א גוטע מינוט, און דא פלוצלינג איז אלעס פארלוירן געגאנגען, כליפ כליפ כליפ...... :cry:

דערפאר טו איך בעטן א בקשה פון די חשובע מנהלים, איך פארשטיי אז פאר ענק קוקט אפשר אויס די סמעטענע ווי עפעס א ליידיג שטיקל לאט וואס איז באוואקסן מיט ווילדע גראז און שימעל, אבער וויסן זאלט איר אז איך און נאך אסאך אנדערע גייען אויס עס צי האבן און ווילן לעזן די ארטיקלן דארט, דערפאר בעט איך פון די מנהלים אויב מעגליך זאל מען עס צוריק שטעלן, און זאל מיר קענען ווייטער הנאה האבן פון די אלטע סחורה וואס ווערט קיינמאל נישט אלט צוליב איר פרישקייט. יש"כ למפרע.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:57 pm
דורך מיללער
טערקל,
זייער א גוטער איינפאל, איך האב הנאה געהאט פון אייער כאפ!

זאנוויל,
דער ארענדאר אונזערער ארבעט אז אלע גוטע ארטיקלען זאלן אריבערגיין אינעם 'אידישע וועלט' זעלבסט און לאזן דעם פלאץ אויסדרוקליך פאר 'פארומס', אז איינער שרייבט אראפ א גוטן ארטיקל וואס אינעם אלט-שטאט האט עס געטראפן זיין פלאץ אין 'סמעטענע' וועט היינט דער ארטיקל ווערן (מיט רשות פונעם מחבר) קאפירט אינעם אידישען וועלט ווי נאך לייענער אפי' אזאנע וואס פארברענגען שניט בתוכינו זאלן האבן די מעגליכקייט הנאה צו האבן.

מנהלים, קארעקט מי איף איי עם ראנג

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:09 pm
דורך זאנוויל
מילער יש"כ נחמתנו.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 5:20 pm
דורך יאנאש
מיללער, ענד איף יו אר רייט?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 5:58 pm
דורך מיללער
יאנאש, דען ליעוו איט לייק דיס

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 6:46 pm
דורך scy4851
טערק...וואס זאל איך דיר זאגען....גאנץ גוט פאר א טערק!

נ.ב. "תיקון טעות"
דער mouse קען זיך נישט באוועגען ווייל א באקס פון בילדער פון ר' שעיה'לע קערסטירער איז ארויפגעפאלען אויף אוהם, נישט א באקס מיט ארטיקלען

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:02 pm
דורך wildturkey
ר' שמחה, שכוח פאר די קאמפלימענט. (נאר פאר א טערק?)

נ.ב. איז א גוטס

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:58 pm
דורך קרעמער
וואו איז די דיסקלעימער פארשוואונדן געווארן?

מיר האט אנגעכאפט דאס קדחת היינט נאכמיטאג ביים באמערקן אויף די הויפט בלאט פון אידישע וועלט אן אשכול מיט דעם פראוואצירנדן קעפל, איך האב אריינגעריסן אהער אין איין אטעם, און אפגעאטעמט צו ליינען אז דער שרייבער צילט נישט קיין פאליטיק.

ווייזט אויס אז אנעם דיסקלעימער איז עס מער פראוואקיוטיב.

אלנספאלס א דאנק פארן שמייכל, און מיר וועלן זיך אודאי רעכענען מיט אייערע געפילן.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:23 am
דורך זיידעניו
טערקל הערליך שיין אראפגעבערנגט די שוידערליכע פאריקט, און לאמיר דערציילן וויפיל איך האב מיטגעהאלטן....



אידן אין קאווע שטיבל, שישקענען זיך מיט שטילע טענער...

וואס?... ווער?... נעבעך?... ווען?.... ווי איז עס יעצט?.... וויפיל קינדער האט ער איבער געלאזט?.... אויף וויפיל שאצט מען די ירושה?.... פון וואו גיי עס ארויס גיין?... ער האט געקויפט בחיוו ערגעץ?...

מען האט געגלייבט און מען האט געהאפט און געווארט אז דער סיטואציע זאל זיך ענדיגן מיט פריידן... אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען נאר א שווערע עלעוו חדשים האט א חאמורע ארום גענומען אנשי שלומינו, ווען עס איז אנגעקומען די נייעס, אז טראץ דאס וואס מען האט געגעבן די נויטיגע באהאנדלונגען, און מען האט מתפלל געווען אז ער זאל אויסגעהיילט ווערן, און זיך אויסוועקן פון זייין בערישע שינת ה'הארסי, אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען ונצחו ערלים את המתוקים ונישטא ארון...

ווער האט זיך אמאל פארגעשטעלט אז מען גייט דאס אזוי אינגערהייט פארלירן, אויף אזא מיטגעמאכטע וועג, נאכער וואס ער האט זיך אזוי געמיטשעט, וואס יא אריינצונעמען און וואס צו לאזן אינדרויסן, האט מען אים געדארפט צושפארן צום דייאלעסיס מאשין וואס זאל אים העלפן דערמיט, אבער ווי עס שיינט ארויס איז דער ארבעט קיינמאל נישט געטוהן געווארן, דאס מיינט אז ער איז געווען ביי גאווענער קוימאוי אויף לאנגע מאנאטן אין הויזן ארעסט.

עת חולם הוא לאחינו בני ישראל היושבים בקרעטשמע,

ווי די באריכטן קומען אן פון פעלד, אז ווען מען האט אויפגעגראבן דעם ציון המצויענעס, האט מען געטראפן נאך אסאך ארטיקלן דארט באגראבן ווואס וועט אים ווארשיינדליך באגלייטן אויף זיין אייביגע ברי, אבער אין טהרה שטיבל טוט זיך נאך אויף טישאס און האנטוכער, דער נפטר לאזט זיך נישט אריינלייגן אין באקס, ער פאטש אין שטויסט, און באקסט, מען ווייסט נישט וואס צוה טוהן דא, דער גאנצער ציבור יעדער מיט זיינע אוואטער'ס שטיין אין די רייע זאגן דעם לעצטע ברכה פון צוריק הדין, אבער דער נפטר האלט נישט ביים ערשיינען אין זאל צום גרויסן אוידיענס פונעם לויה צערעמאניע.

ווען אינמיטן זעהט מען ווי די ראשי קהלה קומען צו לויפן מיט איין אטעם, און די אחראים לויפן נאך ווי טעילגעיטער חסידים, און מען גייט אריין בקודש פנינה, ווי זיי זעהן דעם אויסגעלייטערטע נשמה'לע זיצן אויפן סאפע, און פאררייכערט א לילקע ציבעך, צוויי פון די אחראים האבן געהויבן פוס און אפגעגאפלט פון דארט, א מת רייכעט? ווי קען דאס זיין?, פאר שרעק האט מען זיי אריין געפירט צום עמערגנסי רום פון שפיטאל צו באדעלט ווערן פאר שאק און ביטער.

מען הערט ארויס פונעם טיר קולות וטראקים, די הנהלה מיטן אנגעבליכן נפטר קענען נישט צוקומען צו א פשרה, ביז מען האט עפעס אויסגעצווענגעלט, איז עס איז געווארן לייכטער אויף הארץ...

א געשריי און א קוויטשעריי האט זיך דערהערט ביי געמייינעם פארזאמלטע, מען האט נאך אזאנס נישט געזעהן, ווי דער נפטר וואס האט נעכטען אנגעבליכערהייט נישט געקענט אליינס עפענען זיין מעיל, שטייט יעצט אויפן פאדיאם ארום געוויקלט מיט תכריכים, און ער שמעקט ווי געוואשן מיט אייער אין וויין, און רעדט אריין אינעם מייק...

מאנכע זענען געפאלן ווי די פליגן נאך א קענסט מיך\סאכדעס געיעג, און די שטארקע חאראקטארן זענען אנידער געקינט מיט בלאסע פנימ'ער, און געווארט אויפן קומענדע,

מורי ורבותי עס איז געווען א קאלאר וואר אויסברוך.....

דער עולם האט אנגעהויבן אטעמען שווער, טייל האבן אין ווירקליכקייט זיך גענומען ברעכן, און אנדערע האבן אויף איין זייט פונעם בלאסע געזיכט ארויפגעצווינגן א האלבע שמייכל, אז זיי זאלן מארגן קענען זאגן פאר יעדן , הע פע איך האב גלייך געכאפט!,

און ווייטער האט דער ראש הקהל איבער גענומען דאס ווארט, טייערע קינדער מען איז ענק זייער אסאך שילדיג פארן שרייבן אזעלעכע שיינע זאכן מען גייט ענק טראגן אויף א רייד ביז אין דער איי וועלט אריין, און ווער עס גייט זיך פארהערן בכתב די שענסטע ארטיקלן וועט קענען מיט גיין, און איך זאג קלאר נאוי מיוחסים...

מיט גרויס פרייד און דערלייכטערונג איז אנגענומען געווארן אז דאס איז געווען גאר אזא געלונגענע סורפרייז, און די הנהלה גיט איבער וועט מען שוין ביז א וואך זעה די פירות פון די מייסטער נייע ארבייט "די טריפ קיין איי וועלט" פאר אלע סמעטענע ארטיקלן...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:40 am
דורך סאכדעס
פאר אזא מעדזשאר ארטיקל פון זיידל'ן, האט זיך געלוינט די שוידערליכע אנטדעקונג פון דעם טערק.

יישר כוח פאר ביידען.
;l;p-

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 10:48 am
דורך זאנוויל
קוקט אויס אז די ארטיקל איז אויך אויפן וועג קיין איי וועלט...ער האט אראפ גענידערט פון קרעטשמע צי פארברענגן, און אזוי ווייטער ביז ער וועט אריין מארשירן אין די וועלט אריין.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:27 pm
דורך wildturkey
זאנוויל האט געשריבן:קוקט אויס אז די ארטיקל איז אויך אויפן וועג קיין איי וועלט...ער האט אראפ גענידערט פון קרעטשמע צי פארברענגן, און אזוי ווייטער ביז ער וועט אריין מארשירן אין די וועלט אריין.


די הסבר איז דלא ווי די זאגסט, נאר זיי דא מעיין:
קרעמער האט געשריבן:מיר האט אנגעכאפט דאס קדחת היינט נאכמיטאג ביים באמערקן אויף די הויפט בלאט פון אידישע וועלט אן אשכול מיט דעם פראוואצירנדן קעפל,


און פארשטייט זיך אליינס אז דאס איינע פון די פילע בענעפיטן (כליפ...... כליפ....) פונעם אהער מופן אינעם חצר הגדול.

וד"ל

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:44 pm
דורך ראמני 08
טערק ;l;p- זיידי ;l;p-

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויש האסטע מיך דערשראקן! כ'בין שוין שיעור געקומען צופארן מיט א העליקאפטער.........

טערקי, סוויט איידיע...

זיידעניו, כ'האב אויסגעבראכן אין א קאלאר ווא.... כ'מיין געלעטער...

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 19, 2008 12:32 am
דורך איך_הער
פאר טערקל האבעך עכט שוין געגעבן א שכוח, אבער אז ער האט ארויס געשלעפט פון זיידעניו אזאנס, קומטצעכעם נאך איינס.

זיידעניו, און דאס איז פאר דיר, יישר כח, הערליך שיין באשריבן.