בלאט 1 פון 17
האט איר שוין צונימען אייער סוכה?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:09 pm
דורך מעסטערמיינד
און א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א אינגערמאן לעצטענס זאגט ער מיר אז ער ווארט ביז חנוכה צייט וואס דעמאלט מאכט זיך אלץ איינס צו צוויי ווארעמע טעג און דאן צונעמעט ער זיין סוכה, כאטש איך פארשטיי נישט וואס פעלט פאר די איצטיגע ווארעמע טעג, איז מיר אינטערסאנט צו הערן וואס טוט איר, אדער האט געטוהן,
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:10 pm
דורך יאנאש
שוין צונימען, און אוועקגעלייגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:39 pm
דורך סאכדעס
אזוי האלב און האלב, אבער די רביצין יאגט שוין געפערליך אונטער, העלמיר זעהן ווער סיעט געוואונען און ווען.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:44 pm
דורך Anonymous
אלעס אוועקגעלייגט, שוין געקויפט נאך סקרויס, מיט נאך א ביט פאר די דרילער, נאך טאם-טעקס צו זיין גרייט אויפן קומענדיגן יאר מיטן גאנצן קנאק
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:46 pm
דורך גרויזאמער
אקוראט ווי סאכדעס
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 6:02 pm
דורך Anonymous
געוואונען וועסטו אויך ווי סאכדעס? איך האף דו וועסט האבן מער מזל
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 6:17 pm
דורך איך_הער
נאך די ווענט וואס די ווינט האט שוין האלב וועגס צונומען ווארטן איך זאל זיי אוועק לייגן אין סטארידש.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 7:07 pm
דורך קרעמער
פון מיין פענסטער האב איך היינט באמערקט ווי די ווינט האט צונומען די סוכה פון איינעם, וואס איז נאך געשטאנען פון סוכות תשס"ו! (אין אנדערע ווערטער: זינט סוכות תשס"ו זענען נישט געווען אזעלכע שטורעמס ווי דעם פארגאנגענעם פרייטאג-שבת!)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 9:36 pm
דורך סאכדעס
חחחכחכחחאחחכחחחכגדךחכג גראדע האב איך געלאזט די האלב, ווייל איך וויל צופארעכטן צוויי דריי פענל'ס, נו אין אזא פאל, קען מען דאך די סכך מיט אפאר טובייפאר'ס לאזן אויך אזוי נישט מסודר, שנית לויט דיין אנאליז אויף גרויזאמער, העליך בעסער און שענער געוואונען וואו גרויזאמער'ן, אבער כאב הנאה אז ער וויל זיין גוט מיט מיר, איינער זאל זיך נאר וואגן מיר צו טשעפן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 2:28 pm
דורך ניק
ליידער נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:16 pm
דורך abimlaibt
אהההההההההההה ב"ה מיין שכן'ס ווייב האט גענומען די זאך אין ס'האנט אריין און אליין מיט איר גויטע צונומען די סוכה.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:22 pm
דורך אנדי פעטיט
סכך איז שוין אוועק גקפאקט וזהו.
איך זיך אן ארבייטער (אדער שלאק) זאל עס טון פאר פופציג דאללער.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:51 pm
דורך צייטליך
רוף אן אבי'ס שכן'ס ווייב..
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2007 3:27 pm
דורך דארפסמאן
איינער קען מיר העלפן בויען די סוכה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:36 am
דורך אנדי פעטיט
איך האב עס געפלאנט צו טון נעכטען אבער איך האב פארגעסן.
יעצט וועל איך שוין מוזן ווארטן ביז די שניי צולאזט זיך און טריקענט זיך אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:43 am
דורך איך_הער
האסט היינט געפלאנט עס צו טוהן נעכטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:50 am
דורך אנדי פעטיט
וואס איז א נפקא מינא?
אבי יעצט האב איך כאטש א גוטע תירוץ!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:38 am
דורך לחיים ולברכה
היינט האבעך צוגעדעקט די סוכה ברעטער צו באשיצן פון די רעגן וואס טראפט נאכאנאנד אויף זיי.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:40 am
דורך אנדי פעטיט
עס רעגנט???????
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:41 am
דורך לחיים ולברכה
יא, צווישן בעד סטיי און וויליאמפעסט רעגנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:45 am
דורך אנדי פעטיט
אה!
ווייל דא שנייט.
(אדער האט געשנייט ווען איך בין אריין אין מיין אפיס)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:46 am
דורך איזאק
דא רעגנט
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:47 am
דורך אנדי פעטיט
דא נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:48 am
דורך איזאק
ווי אידאס "דא" ?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:50 am
דורך אנדי פעטיט
וואס הייסט ווי?
דא! אין קרעטשמע!