בלאט 4 פון 17

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 12:42 pm
דורך דארפסמאן
ווער עס האט נאך נישט צינימען די סוכה זאל עס ביטע לאזען שטיין אויף נעקסטע יאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 8:55 am
דורך לעווי
דבר בעותו מה טוב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 9:51 am
דורך זאנוויל
ווי נעמט מען כח צי צונעמען די סוכה, די פיס טוט נאך ביטער וויי פון הקפות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 12:57 pm
דורך אלעקסיי
אינעם היינטיגען די"ב איז אדווערטייזט, אז אויב איר האט נישט קיין כח, וועלן זיי עס צונעמען (פארשטייט זיך פאר גוט באצאלט)

האסט נישט וואו צו סטארעזשען? אויך נישט קיין פראבלעים היינט, רופט דעים סוכה סטארעזש, זיי וועלן עס קומען אפנעמען פון אייך און צוריקברענגען פאר סוכות תש"ע לפ"ק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:08 pm
דורך קרעמער
דערווייל איז צו קאלט ארויסצוגיין אין פארטש צונעמען די סוכה, לאמיר האפן אז די גלאבאלע אנווארעמונג וועט זיך אנרופן בקרוב (אפשר מיט אבאמא'ס געווינס).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:12 pm
דורך אלעקסיי
העמיר זעהן ווי אזוי אבאמא וועט קאמפיינען אין די גלאבאלע אפקילונג טעג...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:46 pm
דורך סאכדעס
איך האב די פראבלעם פון קרעמער'ן, אבער כ'זעה אז כעל עס מוזן מאכן ווי פריער, ווייל ווען מ'קעין וועט געוואונען וועט דאך נאר קעלטער ווערן. וזה מה שאמר הכתוב, אז מ'קעין אז מ'קעין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 7:17 pm
דורך קרעמער
די קינדער האבן שוין אראפגענומען די נוי סוכה, און די סכך האב איך שוין צוזאמגעדרייט, האפנטליך וועט מען מארגן צענעמען דאס איבריגע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 9:20 pm
דורך איך_הער
איך האלט דארט א-ווי קרעמער, מיט איין דיפרענט, אז די קינדער האבן אויך אראפ געדרייט די סכך.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 8:59 am
דורך סתם_אזוי
איך האב געהערט פון איינעם אזוי:

די מענטשן וואס שטייען געווענליך אויף 5:00 צופרי - צונעמען די סוכה מוצאי סוכות.
צווישן 6:00 און 8:00 - די ערשטע וואך נאך סוכות.
צווישן 8:00 און 10:00 - א חודש נאך סוכות.
צווישן 10:00 און 12:00 - איז עס שוין צונומען ביז חנוכה.
נאך 12:00 - לאזן עס אויפגעבויט ביז צום קומענדיגן יאר.
(דו וואס לייגן זיך בכלל נישט שלאפן - בויען בכלל נישט קיין סוכה....)

איינער דיסעגריט?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:44 am
דורך זאנוויל
פיין ווארט, וועל איך נישט זאגן ברבים אין וועלכע קאטאגאריע איך גיי אריין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 10:43 am
דורך טהור-עיניים
סתם אזוי,
גוט געזאגט, און אזוי ווי ביי מיר איז נישט באשטימט, אמאל שטיי איך אויף פריער און אמאל שפעטער, ממילא איז מיט די סוכה אויך נישט די זעלבע, אמאל פריער און אמאל שפעטער, דערווייל שטייט עס נאך (מיט אלע נוי סוכה אויפגעהאנגען, און אפילו דער בעט מיט די בעטגעוואנט ליגט נאך דארט)

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 11:33 am
דורך שאץ מאץ
סתם אזוי זייער גוט...
א קליינע הוספה,

די מענטשן וואס דאווענען 7'נע 8'טע,
זענען אויפגעשטאנען 6'סע צו האלב זיבן,

די מענטשן וואס דאווענען 11'ע 12'ע,
זענען אדער געדאנדען שפעט שלאפן, אדער שוין געוועהן אין מאנהעטן פייטן א טיקעט אדער אויפגעפיקט איינעם פון עיר פארט, וכדומה,

די ריכטיגע פּעפערס זענען דיע וואס דאווענען 9'נע, ווייל זיי זענען אויפגעשטאנען קוואדער צו ניין,
קוק'טס עס נאך וועט איר זעהן די מציאות...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 12:56 pm
דורך קרעמער
ב"ה די ברעטער ליגן שוין צוזאמגעלייגט, גרייט אראפצוטראגן אין קעלער - א זאך וואס וועט האפנטליך געטאן ווערן בעפאר דער שבת קודש קומט אריין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2008 1:48 pm
דורך scy4851
די נוי סוכה שוין אוועק געפאקט.
די סכך מיט די סוכה...האפענטליך זינטאג..אויב זיי וועלען זיין אויסגעטריקענט פונעם שטארקע רעגען וואס דער וועטער נביא זאגט צו פאר שבת נאכמיטאג אריין און מוצאי שבת.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2008 7:00 pm
דורך קרעמער
אלעס איז שוין טאקע געווען פארפאקט אין קעלער בעפאר שבת קודש.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2008 8:54 pm
דורך שלעפער
איך האב געפעניעט, און יעצט איז מיין סוכה דערך געווייקט פון דו רעגן.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2008 9:26 pm
דורך איך_הער
מיין סוכה איז שוין פארפאקט.

קרעדיט: מיין ווייב.

נע, נישט זי האטעס אוועק געפאקט, זי האט נאר געלייגט די פרעשור.

אבער לעסאטע, האבעך איר געזאגט שכוח, ווייל דא ביינוז, האטצעך געמאכט אז דער וועטער האט געהאלפן פאר אסאך חברה, צוזאם צו לייגן די סוכה, סאו ב"ה איך בין נישט געווען פון דעי געהאלפענע.

גראדע געהערט פון א מעמבער, (אז ער וויל, זאלער זיך לאזן הערן דא.) אז ער וואלט אפגעגעבן א גרעסערן יישר כח, ווען די וועטער פירט אים אריין די סוכה אין בעיסמענט אויך, נישט נאר פלעין צוזאם לייגן.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2008 11:45 pm
דורך טהור-עיניים
ניין, מיינס שטייט נאך, מיט א פעסטקייט. אפילע געשלאפן דארט היינט נאכמיטאג, און זיך מחי' געווען ווי דער רעגן האט געקנאקט אויף דעם שלאק, ס'האט מיר זיס געמאכט ס'שלאפ, איייייי, כ'קענעס אפילו נישט מסביר זיין, רעגן, נישט רעגן, כ'לייגעם נישט צאם אזוי שנעל. ער קומט מער גוט צוניץ

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2008 11:49 pm
דורך זאנוויל
אויך מיר א רעיון פון א געשמאקער שלאף, בשעת רעגן האקט אויפן קאפ.....

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2008 12:08 am
דורך קרעמער
טהור'ל;

דו מאכסט מיר דזשעליס!@!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2008 12:21 am
דורך האווערד דיען
געפוילט, יעצט ארבעט מיט נאסע נויסיקע...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2008 6:57 am
דורך שמערי בערי
א אייגענעם סוכה האב איך דאס יאר נישט געבויעט.

ביים טאטן זז"ג איז געווענליך א דריי-פערטל שעה נאכן זמן מוצאי שמח"ת נישט דא קיין זכר פון קיין סוכה (נישט קיין ווערטל, זיין סוכה איז פון די ערשטע צו ווערן צונומען באנונז אין שטאט) טיילמאל שפאצירן נאך מענטשן אהיים פון נעילת החג ווען ער טראגט שוין אראפ די ברעטער.

לעומת זה, מיין שווער זז"ג, וועלכער האט יארן געהארעוועט אינעם קאלעדש פאר פעניעריי, גייט מען אזוי חתי חשון אנהייבן צו טראכן פון א מעגליכקייט פון אפשר צונעמען די סוכה...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 1:14 am
דורך טהור-עיניים
שמערעלע, כ'מיין אז איך בין געווען אין איין קלאס מיט דיין שווער אינעם פעניעריי קאלעדש ווייל ביי מיר קומט אויך נישט אין באטראכט צו צינעמען די סוכה פאר חצי חשוון

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 3:49 pm
דורך שמערי בערי
אבער מיט מיין שוויגער קענסטו דיך זיכער נישט פארמעסטן....

זי האט א א קאלעדש דעגרי דערויף....