בלאט 3 פון 17

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:43 pm
דורך איך_הער
גוט גוט, סאו וויאזוי ווילסטו אז איך זאלעס איר זאגן?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:48 pm
דורך יאנאש
איך מיין אז איר מאן דרייט זיך אין די געגענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:49 pm
דורך איך_הער
אנדי, הערסטעך אונטער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:52 pm
דורך איזאק
באנדע לצים... די וועטער יעצט מאכט פילן ווי מדארף בויען די סוכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:52 pm
דורך אנדי פעטיט
ניין,

אבער איך האב שוין גערופען א שגץ'ל זאל מיר מיטען אין די אפיס 3:45

סאו 3:45 וועל איך מוזען ארויס גיין פאר א שעה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:55 pm
דורך יאנאש
גוד לאאק.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:57 pm
דורך אנדי פעטיט
אקעי דער שגץ'ל איז דאץ גאטע גאו!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:57 pm
דורך איך_הער
זשאסט גאו.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 4:43 pm
דורך אנדי פעטיט
שוין! ער ארבייט שוין,

אבער ער ווייסט נישט אויב ער העט האבן צייט עס אוועק צו פאקען היינט.


מארגען גייט מען אויף מאכען א נייע אשכל.

עס גייט הייסען..............

האט איר שוין אוועק געפאקט אייער סכה?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 4:51 pm
דורך איך_הער
דיין סוכה איז אין טעקסעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 4:54 pm
דורך אנדי פעטיט
איך_הער האט געשריבן:דיין סוכה איז אין טעקסעס?
HUH????

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 5:06 pm
דורך איך_הער
איך זעה אז דו ביסט אין דאללעס טעקסעס, סאו בינעך נייגעריג צו דיין סוכה אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 5:09 pm
דורך אנדי פעטיט
מיין סכה איז נישט דארט אבער א גוטע טעילגעיט פארטי וועט זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 5:11 pm
דורך יאנאש
אפס, איך האב אויך נישט געכאפט וואו טעקסעס קומט אריין אהער, אבער כער האט עס זייער שיין פארענטפערט.

איבער אוועקפאקן דעם סוכה גלייך ביין עס צונעמען, האבעך געהערט דיעזע וואך א טייערע מאנסע שהיה.

איינער האט אמאל געבעטן זיין חבר א טובה ארויסצוברענגן זיין סוכה'לע פון ווילי קיין ק"י, יענער האט אים צוליב געטוהן און עס ארויסגעברענגט, אבער ביינאכט האט דער בעה"ב נישטט געהאט צייט עס אפצולאדענען.

דעם נעקסטן פארטאגס האט דער ברענגער געוואלט אריינפארן, אבער דעם סוכה האט ער נישט געוואלט מיטשלעפן שטייט זיך, האט ער עס אפגעלאדענט ביי יענעם אינדערהיים אויפן קורבסייד.

פונקט יענעם אינדערפרי איז געווען 'באלק פיקאפ' טאג אין ק"י...

קאמענטארן זענען איבעריג.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 5:12 pm
דורך אנדי פעטיט
לא"ה

וועל דיזערבד.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:19 pm
דורך אנדי פעטיט
די סכה איז שוין צונימען און אוועק געפאקט.

די שגץ'ל האט שוין באקומען זיין 30 טאללער.

יעצט דארף מען אויף מאכען א נייע אשכל מיט'ן נאמען "האט איר שוין אנגעהויבן צו בויען אייער סכה?"

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:23 pm
דורך איזאק
מזל טוב !! מזל טוב !! כשם שצונאמת הסוכה כן יזכה...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:24 pm
דורך אנדי פעטיט
ברעכען טיגער! ברעכען טיגער! מעצעשעם ביי אייך אויף סימכעס!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:25 pm
דורך איזאק
ברעכן וואס ???

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:07 pm
דורך abimlaibt
מזל טוב אנדי, איך פריי זיך אזוי,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:09 pm
דורך אנדי פעטיט
איי אפרישיעיט אז די עולם איז זיך משתתף אין מיין שמחה.

(איך האף אז דו פרייסטיך נישט אויף מיין דרייסיגער וואס איך האב אויס געגעבען!)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:45 pm
דורך cano
עס פאנגט נישט אן צו רעגענען, קענסט עס צוריק אויפשטעלען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 7:38 pm
דורך קרעמער
איזאק האט געשריבן:ברעכן וואס ???


ווי איך פארשטיי איז דאס א פארוואנדלונג פון "ברוכים תהיה" = ברעכן טיגער..

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 3:53 am
דורך בני היכלא
איך מיין ס'איז שוין די העכסטע צייט צו צונעמען די סוכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 11:20 am
דורך אנדי פעטיט
ווער האט נאך נישט צונימען זייער סכה?

כ'האב געמיינט אז איך בין געווען די לעצטע?