בלאט 13 פון 17

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:41 pm
דורך סאכדעס
אוודאי נאר דורכ'ן אויסברענען, וואס עס בלייבט, איז זיכער געבליבן...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:45 pm
דורך ווינקל
נו, היי יאר וועמענס סוכה ס'איז נישט צאמגעלייגט געווערן פון מרת סענדי איז גאר זיכער... הדרא קושיא לדוכתא.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:46 pm
דורך סאכדעס
נאופס מיין שכנ'ס סוכה איז גארנישט זיכער, אפילו סענדי האט עס נישט צענומען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:47 pm
דורך ווינקל
פארוואס האלטסטו ס'איז נישט זיכער?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:49 pm
דורך סאכדעס
העסט רעדן צו אים, העסטו שוין הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:50 pm
דורך ווינקל
שיק מיר די קאנטאקט אינפא. פליז.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:51 pm
דורך סאכדעס
כ'וויל דאך נישט עובר זיין אויף גילוי.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:52 pm
דורך מאנ-יימער
דיין שכן האט א ניק?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:52 pm
דורך ווינקל
שיק עס מיט א דעקל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 1:53 pm
דורך סאכדעס
דאס אישוין א פלאן, העלמיר זען צי עס איז דא א צוגעפאסטע דעקל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 2:15 pm
דורך שנאפס
שיק אים א קאלקיולעיטער וואס רעכענט איינס פלאס איינס

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 2:38 pm
דורך סאכדעס
נישט זיכער אז די ענפערס וועלן זיין קארעקט, אפשר נאר פאליטיקעל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 3:05 pm
דורך מאנ-יימער
ווינקל האט געשריבן:פארוואס האלטסטו ס'איז נישט זיכער?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 4:29 pm
דורך ברוך
איך האב געמיינט אז עבר זמנו בטל קרבנו.

עניוועי וואס איז א גוטע עצה אז די סוכה זאל דורך לעבן די רעבעצין'ס פסח מאכן?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 4:33 pm
דורך פליגל
זיי פון די מחמירין אוואו
לכאורה האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:How about a Rabetzin? is it aloud or not? I am not taking a stand I'm just asking.

אויף די אייגענע מעג מען. ויש מחמירין [עי' ערך אברהם אבינו].
וועט נישט זיין קיין פראבלעם, לכאורה.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 4:02 am
דורך msp
כ'שטעל מיך פאר ער מיינט
allowed
דהיינו "מותר"
און נישט
aloud
דהיינו "בקול"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 10:07 pm
דורך סאכדעס
יישר כוח מנחם שלום פאר'ן העלפן דא, יאך האב זיך געבייזערט צו מיר אליינס.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2012 7:39 am
דורך טהור-עיניים
מיין סוכה שטייט מיטן פולן פראכט, איך האב אפילו דעם היינטיגן קאווע געטרינקען דארט, זייענדיג מקיים מצוות סוכה - כנתינתן מסיני - א גאנץ יאר. סענדי האט איר נישט באזיגט (און אויך נישט מיין לענדלאר) און אזוי אויך וועט דער היינטיגער רעגן בעז"ה איר נישט באזיגן, און אוודאי נישט דער סוף פון דער וועלט וועלכע ווערט לויט מאנכע שרעק אנווארפער און ליידיגגייער אנגעלייגט אויפן היינטיגן טאג [ווארשיינליך צוליב איר אינטערעסאנטער אויסלייג: 12-21-12].

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2012 8:01 am
דורך msp
טהור'ל
דערמאנסט מיר מיט די מעשה פון דער איד וואס האט געשוואוירען ער וועט נישט ארויס פון די סוכה
און ער איז געפלויגען מיט די סוכה צו א ווארעם לאנד ווי ער קען בלייבען תמיד זיצען אין די סוכה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:00 pm
דורך סאכדעס
טהור'ל, עס איז אן ערענסטע שאלה פון בל תוסיף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:11 pm
דורך מאנ-יימער
טאקע ערנסט? ס'איז דאך בכלל נישטא די מצוה יעצט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:28 pm
דורך ווינקל
אויב טוט מען עס לשם מצוה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:30 pm
דורך שנאפס
ער זאגטעך אז ער האט אינזין זיין לענדלארד, גארנישט מיט קיין מצוה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:31 pm
דורך ווינקל
און די ווערטער זייענדיג מקיים מצות סוכה איז נישטא אין דיין גירסא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 4:11 pm
דורך טהור-עיניים
איך האב אזוי ליב די מצוה פון סוכה, אז איך וויל זיין אין די סוכה ווען אימער איך קען נאר. נישט נאר אין סוכות. נישט אז איך האב חלילה אינזינען מקיים צו זיין מצות סוכה שלא בזמנה און עובר זיין דאדורך אויף בל תוסיף, נאר סתם אלס ליבשאפט פון דעם חפץ של מצוה.