גריסן און שמועסן
מיטוואך מרץ 16, 2011 12:27 pm
מיניסטער לעהמאן האט געשריבן:שלאק שוין אראפגענומען
דו האסט עס אראפגענומען, אדער די 'שלאקס' רעגן מיט די ווינטן האבן עס מסדר געווען?
Advertisement
מיטוואך מרץ 16, 2011 1:38 pm
שוין צונומען די סוכה צוליב מופן
מיטוואך מרץ 16, 2011 3:58 pm
די מופן האט צוטוהן מיטן ראמני קאמפיין 12' צום ווייסן הויז?
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 2:49 pm
איז נאך דא עמיצער וואס נאך נישט צונומען?
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 2:53 pm
יא דער שלאק
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 2:57 pm
קיינמאל נישט געהערט פון אזא ניק
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 3:35 pm
איך האב נישט צונומען. עס שטייט נאך מיטן גאנצן פעסטקייט. עס האט איבערגעלעבט דעם גאנצן ווינטער, מיט אלע אירע שניי שטורעמס, און אפילו דעם זיממער מיט איירינ'ען אינאיינעם
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 3:40 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב נישט צונומען. עס שטייט נאך מיטן גאנצן פעסטקייט. עס האט איבערגעלעבט דעם גאנצן ווינטער, מיט אלע אירע שניי שטורעמס, און אפילו דעם זיממער מיט איירינ'ען אינאיינעם
גם אני הקטן, און איך קען אויך צולייגן אז עס האט איבערגעלעבט א ערדציטערניש.
חוץ אויפהענגן די אתרוגים, וואסער, מעהל, האניג וכו' כו' וכו' און אריינברענגען די טיש און בענקלעך איז אלעס גרייט ב"ה, עס הענגט נאך אפילו די נוי סוכה פון פאריאר.
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 4:55 pm
נאכנישט צינומען
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:31 pm
צוליב א טעכנישע פראבלעם האבן מיר געברויכט צונעמען דעם נארוואס אויפגעשטעלטן סוכה. ב"ה ס'שטייט שוין במלא הדרה.
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:41 pm
די מאנטריאלער אידן קענען זיך דא איינשרייבן
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:40 pm
נאר דער וואס האט מורא פון א קנס
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:04 am
ס'איז אין פלאן היינט צוצונעמען די סוכה (וואס שטייט שוין זייט פאריאר).
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:06 am
אוי גייט דעס זיין אינטרעסאנט.... סוכות...... שניי.........
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:18 pm
וואטס דע ראש..? שוין חנוכה... נידער מיט׳ן אשכול!
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:27 pm
קבלתי כלל מנשים זקנות, שמי שלא התחיל לפרק הסוכה קודם שבת נח, אינו פורקו עד שבת חנוכה,
וסימנך, דחנוכה אותיות סוכה נח, בחיסור אות ס' דמורה על סוכה שלם כידוע מהחיד"א
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:29 pm
אם קבלה נקבל...
בדעתי להו״ל ספר שלם ושמו: שיח זקינות...
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:49 pm
זה אינו בכלל השיחות זקנות שמובא בתשו' הרשב"א,
כי אם כדוגמת הכלל, שאם האנשים היו מכינים על פסח והנשים על סוכות, היו שניהם נגמרים בזמן אחד בערב פסח, והבן
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:53 pm
והוא פלאי האט געשריבן:זה אינו בכלל השיחות זקנות שמובא בתשו' הרשב"א,
כי אם כדוגמת הכלל, שאם האנשים היו מכינים על פסח והנשים על סוכות, היו שניהם נגמרים בזמן אחד בערב פסח, והבן
ודו״ק וד״ל ואכמ״ל וכו׳
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 2:11 pm
איך דענק אז ביידע וואלטן אנגעהויבן ערב פסח
שבת אוקטובר 29, 2011 6:46 pm
שטארק זיך האט געשריבן:אם קבלה נקבל...
בדעתי להו״ל ספר שלם ושמו: שיח זקינות...
איר קענט מיר שוין אריינשרייבן ביי די פרענומעראנטן.
חיים דוד ה.
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 12:12 pm
אוהב ווייס וואס דו האסט דא געטוהן האסט דאך מגלה געווען דיין נאמען
יוישטענעם.....
געראדע אין אנטווערפען פאר די קריג האט געוואוינט ר' חיים דוד'ל הלברשטאם זצ"ל
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 12:18 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:ס'איז אין פלאן היינט צוצונעמען די סוכה (וואס שטייט שוין זייט פאריאר).
פלאן איז געלונגען, מיר האבן עס טאקע צונומען פארגאנגענעם פרייטאג.
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 12:25 pm
איך האב אנ'עקסטענשאן מיט אנ'איינגעבויטע שלאק
מוצאי שבת האט מען צונומען די סוכה
עס האט גענומען א האלבע שעה די גאנצע מעשה...
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 12:28 pm
מוצ"ש בראשית איז שוין געווען 50 פראצענט צונומען, און במשך די וואך האט מען עס אינגאנצען צונומען און אוועקגעלייגט,
די לייטער איז געבליבן...