גריסן און שמועסן
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 4:14 pm
צונומען
Advertisement
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 4:15 pm
יאאאאאאא, שוין לאאאאאנג!!!
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 4:29 pm
צונומען
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 5:40 pm
נאכנישט צינימען, אבער די סכת אראפ גענימען און אפגעוואשען (און שוין אויסגעטריקענט) און היינט אי"ה וועט דאס אריינגעלייגט ווערן אינעם גרינעם האלטער מיט וואס עס איז געקומען ביין קויפן
מיטוואך אוקטובר 06, 2010 9:19 am
שוועמל האט געשריבן:שוין צענומען, אוועקגעפאקט אין סטארעזש ב"ה.
לאמיר האפן עס זאל נישט פארשימעלט ווערן איבערן יאר.
זענט איר פאריקט ל"ע? וואס איז דאס געיעגענישמעך.
ער אנטלויפט דיר? וואסעט געשען אדעסט ווארטן אביסל.
רואיג, פאוואליע, צוביסלעך, מען האט קוים אויסגעפלאגט דעם לעקטריק סיין. יא, נאך איין זאך, דעם טיש האב איך שוין געלאזט צוריק אריינברענגען אין קאך. באט אדערווייז, שטייט ערנאך מיטן גאנצן פראכט.
פרייטאג אוקטובר 29, 2010 12:01 am
גוטע נייעס אויפן פעלד פון טהור'ל סוכה'לע, אין א אסיפה וועלכע איז היינט פארגעקומען אין די סוכה, צווישן מיסטער און מיסיס טהור, איז גאר ערנסט דעבאטירט געווארן דער ענין און ר' טהור האט מסביר געווען אז ער האלט אז מען זאל דאס יאר אינגאנצען נישט צונעמען די סוכה, און האט צוגעלייגט עטליכע זאכליכע סיבות דערצו.
דערווייל איז נאכנישט קלאר וואס וועט בלייבן דעריבער, ווייל די רביצין טהור'טע האט געזאגט אז זי ברויך עס איבערקייען און איבערשלאפן, אבער אפגעווארפן האט זי עס נישט.
נאך דא גוטע האפענונג, אפשר גארט וועט עס דאס יאר געלונגען און וועט בלייבן שטיין ביזן אנדערן יאר סוכות אין ירושלים עיה"ק בב"א.
פרייטאג אוקטובר 29, 2010 6:09 am
הרב טהור, מיר וואלטן אייך געראטן עס יא צוצונעמען. ווייל עס קען געשעדיגט ווערן פון די שניי און רעגן.
מיר גייען אי"ה זונטאג עס צונעמען.
איינער וויל מיר העלפן?
דינסטאג נובמבר 02, 2010 9:33 am
טאבאקא. זייט סוכות האט נאנכישט גערעגנט?
דינסטאג נובמבר 02, 2010 9:40 am
נאכנישט צונומען
דינסטאג נובמבר 02, 2010 9:46 am
שוין צונומען
ס'ליגט נאך אין פארטש
כאבעס נישט וואו צו לייגן
ווער קעמיך העלפן??
דינסטאג נובמבר 02, 2010 11:17 am
זושאלע האט געשריבן:שוין צונומען
ס'ליגט נאך אין פארטש
דאנערשטאג נובמבר 04, 2010 6:13 am
סתם_אזוי האט געשריבן:טאבאקא. זייט סוכות האט נאנכישט גערעגנט?
אינו דומה שני חדשים בגשם, לי"ב [בשנת העיבור י"ג] חדשים בשלג וגשם, והבן.
דאנערשטאג נובמבר 04, 2010 9:30 am
איינס פון די סיבות פאר נישט צונעמען איז טאקע דאס אז עס בלייבט סייווי אויפן פארטש, און עס ווערט בארענגט, באגאסן און באשנייט. נו אויב אזוי וואס איז דער ענין פון צונעמען, אויף ווי ווייט איך געדענק איז נישט פארהאן א הלכה אז מען מוז צונעמען די סוכה. איז שב ואל תעשה עדיף. אזוי דענק איך.
דאנערשטאג נובמבר 04, 2010 1:28 pm
בית שמאי האלטן יא אזוי, מען פסק'ט נאר נישט ווי די ב"ש.
דאנערשטאג נובמבר 04, 2010 1:52 pm
אמת, אבער אפילו לויט זיי, אויב שאקלט מען אויף די סכך איז גוט. אויך מיין איך אז דאס איז נאר אויב מען האט עס נישט געבויעט לכתחילה פאר א סוכה, אבער דא האט מען עס יא.
מיטוואך ינואר 12, 2011 10:50 pm
דעם מוצ"ש געענדיגט אוועקפאקן די ברעטער.
מיטוואך ינואר 12, 2011 11:26 pm
wow!
זייער געשיקט
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 5:35 am
נאך אלץ נישט צונומען, ער שטייט נאך ב"ה מיטן גאנצן פראכט
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 11:43 am
leiby האט געשריבן:דעם מוצ"ש געענדיגט אוועקפאקן די ברעטער.
וואס איז דער געיעג?
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 11:46 am
מ'האטעס געדארפט אוועקנעמען פין די שניי.
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 12:36 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:נאך אלץ נישט צונומען, ער שטייט נאך ב"ה מיטן גאנצן פראכט
אי"ה די קימענדיגע סכות וועסטו נישט דארפן ארבעטן אויפצישטעלן
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 12:40 pm
איר האט א ווייטן בליק
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 11:47 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:נאך אלץ נישט צונומען, ער שטייט נאך ב"ה מיטן גאנצן פראכט
זונטאג ינואר 16, 2011 3:25 pm
מיין פרוי זאגט מיר היינט אז זי האט שוין פסחדיג געמאכט א בעדרום
זאג איך איר אז איך גיי שוין בויען די סוכה
מיטוואך מרץ 16, 2011 11:24 am
שלאק שוין אראפגענומען