גריסן און שמועסן
מאנטאג אוקטובר 26, 2009 9:15 am
קרעמער האט געשריבן:איך בין נאך שולדיג א מעלדונג אז די סוכה ברעטער זענען אנהייב וואך אראפגעפירט געווארן אין קעלער שיהיו מונחים שם עד שיבא אליהו (במהרה בימינו!).
איך קלער יעצט אויב לעתיד לבא גייט מען זיצן אין סוכה ברעטער אדער טאקע אין עורו של לויתן.
הלואי שנזכה עכ"פ לצלצל [דאשיק] מעורו של לויתן.
נעכטן האב מיר ב"ה צונעמען מיין סוכה, מיט די הילף [אדער טראץ די הילף] פון די קינדערלעך זז"ג.
Advertisement
מאנטאג אוקטובר 26, 2009 4:40 pm
שכוח פאר אלע מגיבים, צרות רבות חצי נחמה מיין סוכה שטייט נאך, די נו סוכה מיט די סכך זענען שוין אראפ גענימען און אוועק געלייגט שוין לכבוד שבת נח, און בעהשי"ת האף איך אז ביז שבת לך וועט שוין די סוכה אויך זיין צינימען
דינסטאג אוקטובר 27, 2009 3:47 pm
ניין, נאכנישט צונומען, כאטש כ'אגעמיינט אז די יאר וועט עס זיין פריער ווי די פריערדיגע יארן, זעיט אבער אויס כרגע אז נישט
דינסטאג אוקטובר 27, 2009 3:59 pm
געוואלט היינט אבער עס רעגענט, וועט מען מיזען ווארטן ביז עס וועט זיך אויסטריקענען
דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 7:33 pm
וואס טוט מען מיט א פוילן שכן וואס האלט ביי גארנישט?
עטליכע אריבערגייער'ס האבן זיך שוין געוויצלט אויף מיין חשבון מיינענדיג אז עס איז מיינס....
דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:48 pm
אי"ה קומענדיגע מוצ"ש איז די פלאן צוצונעמען
דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 10:05 pm
גייענדיג היינט און ווילי אויף פלאשינג צווישען בעדפארד און ספענסער האב איך געזעהן א היפש צאל סוכות שטייען נאך..
דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 10:13 pm
יא ר' שמחה, פונקט נעכטן האב איך דארט פארביישפאצירט מיט די קינדערלעך און זיי האבן אנגעהויבן ציילן וויפיל סוכות שטייען נאך אומבארירט, א שטייגער ווי די מנורות וואס מיר ציילן יעדע נאכט חנוכה ביים גיין צו די חנוכה מסיבה.
פרייטאג אוקטובר 30, 2009 8:55 am
שוין צונומען
פרייטאג אוקטובר 30, 2009 9:54 am
נאכנישט אויפגעשטעלט...
פרייטאג אוקטובר 30, 2009 10:16 am
איך וויל נישט עפענען קיין באזונדערע אשכול פאר די נושא, אבער:
"האט איר שוין צוזאמגענומען די פושקע/בעקעלעך וואס איר האט אויסגעטיילט ערב יום הקדוש אין די שוהלן"?
אין די שוהל וואו איך דאווען, ליגען אפ עטליכע אזעלכע בעקעלעך "מיט קעש געלט" שוין איבער א חודש צייט אויף דער ערד נעבן באלעמער.
דער גוי פון שוהל מיינט נעבעך אז דאס האט מען אראפגעשטעלט אים צו שטעלן אין נסיון...
שבת אוקטובר 31, 2009 11:19 pm
שוין, ברוך השם צונימען טראץ די רעגענעס היינט נאכט
מיטוואך מרץ 17, 2010 4:50 pm
צי איר ווילט גלויבן אדער נישט:
ערשט היינט צונומען די סוכה...ניין, נישט קיין טעות האבן... נישט איך, נאר עטליכע ביינהאזמנים בחורים פאר אפאר דאלער...
סיבה פארוואס; דאס ווייב האט געסטראשעט און נישט נאכגעלאזט, האמער למען השלום בית א טובה געטאן און צענומען.
נאר א שאד, ווייל נאך פינף חדשים מוז מען שוין ווידער אויפשטעלן און אזוי וואלט עס שוין געשטאנען קבוע וקיימא...
דאנערשטאג מרץ 18, 2010 8:22 am
מאכסט מיר לאכן.
איך האב נעכטן קעיר גענומען, און אוועקגעלייגט די סוכה ברעטער.
עס איז דאך ערב פסח.
דאנערשטאג מרץ 18, 2010 9:39 am
gam ani bachalomi ,tzinmen shoin lang uber lezter vuch ersht arupgetrugen dee breter nu talmedei chacuhmem veisen duch chamishu use chamishu user!
זונטאג מאי 09, 2010 12:20 am
מעג מען שוין אנהייבן טראכטן פון בויען די סוכה??
זונטאג מאי 09, 2010 11:32 am
עס איז נאך דא מענטשן וואס דארפען עס צינעמען (ב"ה נישט איך)
זונטאג מאי 09, 2010 4:26 pm
איך בין שוין צום צווייטען יאר געבליבן מיטן מנהג געלאזט דעם אונטערשטען האלבע סוכה(לעגא סוכה) אויף א גאנץ יאר.
מאנטאג מאי 10, 2010 5:44 pm
אפי די ווילסט קענסטעס נישט זעהן... (א חוץ אז די וועסט כאפן א היטש מיט מיין העליקאפטער..)
מאנטאג מאי 10, 2010 6:12 pm
אוואו קאן מען ערווארטן א היטש ?
דינסטאג מאי 11, 2010 4:58 am
גייענדיג ברחובות ירושלים, האב איך געזען א סוכה וואס שטייט נאך... מסתמא וועט עס שוין דער באלעבאס לאזן ביז קומענדיגן סוכות, אבער די סכך וועט ער ווארשיינליך מוזן טוישן, ווייל עס איז שוין פארוועקלט.
דינסטאג מאי 11, 2010 10:45 am
מסתם ניצט ער עס א גאנץ יאר פאר א שטוב
דינסטאג מאי 11, 2010 11:00 am
ערשט יעצט באמערקט, איך האב נאר איינמאל געדריקט "שיק עס" , די קענסט זען אז עס איז און איין מיניט
מסתם האט ער 3 שטיבער
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 11:31 am
שוין צענומען, אוועקגעפאקט אין סטארעזש ב"ה.
לאמיר האפן עס זאל נישט פארשימעלט ווערן איבערן יאר.
דינסטאג אוקטובר 05, 2010 11:45 am
נאכנישט צונומען