גריסן און שמועסן
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:53 pm
והוא פלאי האט געשריבן: ווייל דער וואס לייגט אפ אויף מארגן, לייגט מארגן אפ אויף מארגן'ס מארגן, וכן הלאה וכו'
הרב פלא,
מגו דאתקצאי גייט נישט אזוי ווייט. עיין תוס' סוכה י' ע"ב ד"ה עד מוצאי יו"ט האחרון וכ'
Advertisement
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:55 pm
היינט נאכמיטאג צונימען די סוכה און אוועק געפאקט. מיין זוהן האט מיר געהאלפען. בעסער געזאגט...איך האב אוהם געהאלפען...רוב האט ער געטוהן
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:27 pm
scy4851 האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן: ווייל דער וואס לייגט אפ אויף מארגן, לייגט מארגן אפ אויף מארגן'ס מארגן, וכן הלאה וכו'
הרב פלא,
מגו דאתקצאי גייט נישט אזוי ווייט. עיין תוס' סוכה י' ע"ב ד"ה עד מוצאי יו"ט האחרון וכ'

ר' שמחה איר דערמאנט מיך פון דעם איד וואס האט זיך געווינדערט וויאזוי דער קאץ איז אריין אין די סוכה עס איז דאך לבוד? ריל לייף איז נישט אלעמאל לומדות
אגב דער מנהג איז דלא ווי דעם תוספות
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:31 pm
סאכדעס האט געשריבן:שוין צונעמען.
אגב, קרעמער, מ'דארף נישט איבערלייגן די סכך, אויב האט מען עס איינמאל געלייגט לשם מצות סוכה.
דער ב"ח ועוד אחרונים זענען מחמיר
אגב יש מעלה צוזאםצולייגן באמבוס וויניגער ווי 25 און א בינטעל,לגבי חבילה הם מניחים בפעם אחת על הסכה ודו"ק
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:14 pm
שוין צענומען, ב"ה.
לשנה הבאה בירושלים.
מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:04 pm
סאכדעס האט געשריבן:שוין צונעמען.
אגב, קרעמער, מ'דארף נישט איבערלייגן די סכך, אויב האט מען עס איינמאל געלייגט לשם מצות סוכה.
מיט דיר טענה איך מיך נישט, אבער דאכט זיך אז מען נעמט אן יא אויפצושאקלן די סכך לשם מצות סוכה.
מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:05 pm
יעצט געזען שכבר קדמני רבי פלאי.
---
מיין סוכה איז שוין צונומען, יעצט ווארט עס אראפגעפירט צו ווערן אין די שאץ קאמערן.
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 10:57 am
נאכנישט צונומען
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:25 am
ראמני 08 האט געשריבן:נאכנישט צונומען
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:28 am
ראמני 08 האט געשריבן:נאכנישט צונומען
עמער מוזען ווארטען נאך פיר יאר???
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 1:07 pm
והוא פלאי
שוין אייערנעכטן צונומען און אוועקגעלייגט.
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 5:17 pm
נאכנישט צינימען, ווייל איך האב עס נאכנישט ווי צילייגען, איינער האט אפשר פלאץ פאר מיין סוכה (די סכך האב איך שוין אראפ גענימען ווייל עס רעגענט היינט אין איך האב נישט געוואלט עס זאל ווערן נאס)
דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:15 pm
קול מבשר אדווערטייזט עפעס א סוכה סטארעדזש.
פרייטאג אוקטובר 16, 2009 8:07 am
איך האל טעס נאך אינמי טען אוועקלייג ען
פרייטאג אוקטובר 16, 2009 10:51 am
קרעמער האט געשריבן:קול מבשר אדווערטייזט עפעס א סוכה סטארעדזש.
עס קאסט $12 א פענעל און איך האב געצאלט צי קויפן די סוכה $24 א פענעל, מיין איך אז עס לוינט זיך צו לאזען אויף מיין פארטש און 3-4 יאר ארום צו קויפן א נייע
פרייטאג אוקטובר 16, 2009 1:31 pm
פוילקייט האט אסאך שיינע תירוצים , און חשבונות ,
שערי תירוצים לא ננעלו,
וויזוי שרייבט נאר דער חכם מכל אדם אין משלי, על שדה איש עצל עברתי, ועל כרם אדם חסר לב,
והנה עלו קמשונים,כסו פניו חרולים, וגדר אבניו נהרסו,
(אידיש) איך בין אריבער נעבן די פארטש (טעראסע) פון א פוילאק, און זיין סוכה דארט האב איך באמערקט ,
גרינע גראז, צוזאמען מיט אלע קריכעדיגע האב איך דארט געזעהן שפאצירן, אזש די גאנצע זאך איז נישט געוועהן צום דערקענען,
וויזוי שרייבט דארט ווייטער, שלמה המלך , ואחזה אנכי מוסר , וכו', מעט שנה,מעט תנומה, מעט חבוק ידים לשכב,
בקיצור, ווייניגער פוילעצן ,
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 9:57 am
כהאב שוין זונטאג צונומען די סוכה. איך ווארט אויף קומענדיגע זונטאג צו מסדר זיין די ברעטער. (וואס איך וועל טון דערמיט ווייסט איין באשעפער)
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 10:40 am
איך האלט נאך אינמיטען צונעמען
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 11:50 am
איך בין נאך שולדיג א מעלדונג אז די סוכה ברעטער זענען אנהייב וואך אראפגעפירט געווארן אין קעלער שיהיו מונחים שם עד שיבא אליהו (במהרה בימינו!).
איך קלער יעצט אויב לעתיד לבא גייט מען זיצן אין סוכה ברעטער אדער טאקע אין עורו של לויתן.
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 11:56 am
נאכנישט צונומען
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 12:03 pm
איר קענט זיך שוין פארשטעלן, אז אויב איך האב קוים צייט דא אריין צו קומען, איז מיין סוכה בכלל נישט אין קיין בעסערע מצב, סאו שטייטעס נאך מיטן פולן פראכט.
פרייטאג אוקטובר 23, 2009 1:11 pm
איך האב שוין ב"ה צונומען מיין סוכה און קאמפליט אוועק געלייגט יעדן טאג נאכאביסל און היינט ב"ה גענדיגט, ניין איכער פרעג מיך אפי' נישט כ'זאג דיר שוין איך קען דיך נישט קומען העלפן.....
שבת אוקטובר 24, 2009 11:08 pm
יאפ מיינס איז שוין פארטיג, פרייטאג א שעה פארן זמן האב איך גענדיגט, יעצט קען שוין די ווייב אנהויבן מיט פסח
זונטאג אוקטובר 25, 2009 11:23 pm
צונומען אזוי פאריאר... אבער שוין מוצאי יו"ט.
מאנטאג אוקטובר 26, 2009 8:57 am
נאכנישט ערלעדיגט. ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך אי"ה קעיר נעמען דערפון.