גריסן און שמועסן
פרייטאג נובמבר 14, 2008 1:11 pm
ווי אמאל, די נאכט איז עס געווען בטעות, כ'בין פשוט פארשלאפן געווארן דארט, ביז כ'אזעך אויףגעוועקט און צוריק אינעם געהערגן מיטה אריין
Advertisement
שבת נובמבר 15, 2008 11:03 pm
זאג נאר טהור, האסטו נישט געלייגט אין דיין בעדרום סכך....???
שנעלער זאג אויס דעם אמת!
שבת נובמבר 15, 2008 11:22 pm
טהור, אויב דו וואוינסט אין ווילאמסבורג, מיין איך אז איך האב געזעהן דיין סוכה.
זונטאג נובמבר 16, 2008 1:20 am
ניין, די סכך איז אויף די סוכה און די סוכה איז אויף'ן פארטש, נישט אין בעדרום, גראדע היינט געשלאפן דארט נאכמיטאג, אינטערן קלאפנדן רעגן, אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאמחי'
זונטאג נובמבר 23, 2008 5:44 pm
ענדליך, די אויבערשטע האלב סוכה שוין צענומען (לעגא סוכה בלע"ז)
האף איך ביז חנוכה צו זיין פארטיג!
זונטאג נובמבר 30, 2008 5:36 pm
דו האסט א פאזעל סוכה? אדער האסט צובראכען דיינע פענעלס?
זונטאג נובמבר 30, 2008 5:39 pm
מנהג המקום רופט מען עס לעגא (כאטשיג עס זעהט אויס מער ווי א פאזעל)
פרייטאג ספטמבר 25, 2009 8:48 am
איך וויל נאר מודיע זיין די עולם אז איך האב נאך אלץ נישט צונומען די סוכה. .
.
.
.
.
.
.
פון פאריאר.
מיין וייב האט זיך א גאנץ יאר אפגערעדט אז מיר האבן א פנים ווי די שלימזלנים פון די שטאט ווייל אונזער סוכה איז די איינציגסטע אין די שטאט וואס שטייט נאך ל"ג בעומר נאכמיטאג הארט נאך חצות.
איך האב איר אבער אייביג בארואיגט אז זי זאל זיך נישט זארגן וויי זי וועט מיר נאך איין טאג דאנקבאר זיין פאר מיין פוילקייט, והאך קאווע.
אין די זימער האבן מיר נישט געדארפט אויפשטעלן קיין מחיצות ארום די סווימינג פול פאר מיינע קינדער ווייל עס איז אויפגעשטעלט געווארן אין די סוכה.
אויך יעצט האט מיר מיין ווייב געזאגט אז זי איז אזוי PROUD פון מיך, דאס איז די ערשטע יאר וואס מיר האבן געהאט די סוכה פארטיג נאך פאר עניבאדי עלס אין די געגנט.
פרייטאג ספטמבר 25, 2009 11:28 am
איך האף אז די סכך לייגסטו יא ארויף יעדע יאר באזונדער לשם מצות סוכה.
פרייטאג ספטמבר 25, 2009 3:16 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האף אז די סכך לייגסטו יא ארויף יעדע יאר באזונדער לשם מצות סוכה.
נעוואדע, וואדען?
עניוועי עס איז נישט יעדעס יאר, נאר היי יאר איז אזוי געווען, עי' בדפים הקודמים ותמצא לאכעס.
מיטוואך אוקטובר 07, 2009 1:58 pm
אלחנן האט געשריבן:ענדליך, די אויבערשטע האלב סוכה שוין צענומען (לעגא סוכה בלע"ז)
די יאר האב איך צוריקגעבויט די אויבערשטע העלפט אין 15 מינוט..
זונטאג אוקטובר 11, 2009 10:10 pm
סוי ? האט איהר שוין צונומען
זונטאג אוקטובר 11, 2009 10:34 pm
איך האב שוין צונומען די סוכה..
זונטאג אוקטובר 11, 2009 11:04 pm
דערווייל שטייט עס נאך.
אזויוי מארגן גיפאלט 'קאלאמבוס דעי' און מ'איז פטור פון אריינגיין גיין אין די ארבעט, איז דער פלאן מארגן עס צוצינעמען.
----
די גאנצע "קאלאמבוס דעי" איז א עקסטער א ברכה צו מאכן.. כ'האב גערעדט צו עטליכע מענטשן וואס האבן נישט געכאפט אז מארגן גייט מען נישט אריין אין די ארבעט! געבענטשט זאל ער זיין (ער איז דאך געווען א איד, נישט אזוי?..) דער קאלאמבוס פארן אויסטרעפן אמערי.. כ'מיין קאלאמבוס דעי!
די אומה"ע זענען געקומען מלא טענות היתכן די אידעלעך פראווען זיך 9 טעג האלידעי.. און אונז ארבעט מיר ביטער שווער - טאג איין טאג אויס?!
האט מען זיי גע'ענטפערט "נאדיר א קאלמבוס דעי און זיי צופרידן"...
זונטאג אוקטובר 11, 2009 11:25 pm
נישט צו פארטוישן ח"ו מיט'ן "עכבו עלי יום אחד" ,
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 8:56 am
צונימען
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 11:29 am
ביי מיר הענגן נאך זאגאר די טרויבן (פאלשע און אמת'ע צוגלייך), מען ווארט אויף על גאור'ס פארשפראכענע אנווארעמונג.
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 4:43 pm
צונומען , יעץ קומט די שווערערע פונקט , סטארידשן אראפפירן אין די פארשטויבטע בעיסמענט , אוי ווי נעמט מען כח ,
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 8:09 pm
ב"ה שוין צונימען און אוועקגעפאקט נאכן ארבעט, למעשה האט מיין בעה"ב מיר נישט פארגינען אזא לאנגע וועקאציע און כ'האב געארבעט בעצם קאלמבוס דעי.. ווי זאגט נאר מיכא'ל? א בראך אויף קאלאמבוס...
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 10:07 pm
די נוי סוכה זענען שוין אראפגעקומען דורך די קינדערישע הענט, יעצט ווארט מען אויף א מילדערע וועטער דער טאטע זאל זיין אין די גיסטע צו צונעמען די ברעטער.
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 11:10 pm
אלעס שטייט נאך.
מען קען אנפאנגען אלף סליחות פונדאסניי.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:08 am
די לעקטער מיט די סכך זענען שוין אראפגעקומען, יעצט ווארט מען די קינדערלעך זאלן אהיימקומען און העלפן צונעמען די ווענט.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:41 am
איך האב געהערט אמאל א כלל גדול, אז אויב איז דער סוכה נישט צונומען ביז שבת נח ווערט עס נישט צונומען ביז שבת חנוכה, דו"ק ותשכח, איך האב געהערט כמה פשטים אין דרוש דערויף, אבער ע"פ סוד איז, ווייל דער וואס לייגט אפ אויף מארגן, לייגט מארגן אפ אויף מארגן'ס מארגן, וכן הלאה וכו' ביז עס איז באו מים עד נפש,
ווען איך לייג צוזאם זאג איך נישט אויס וועגן גילוי...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:30 pm
שוין צונעמען.
אגב, קרעמער, מ'דארף נישט איבערלייגן די סכך, אויב האט מען עס איינמאל געלייגט לשם מצות סוכה.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:38 pm
פריער געקומען מיט מיינע צען גויים און צענומען די סוכה איינס צוויי, אוועקגעפאקט און אפגעפארטיגט.
צום ווידערזען אין ירושלים נעקסטעס יאר.