בלאט 5 פון 17
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 4:04 pm
דורך זאנוויל
מיין שלאק האט היינט פיין אפגעהיטן דעם סוכה פונעם האגל.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 7:24 pm
דורך מאשקע
אפדעיט פונעם סוכה: נאכנישט צענומען.
(קרעדיט: וויכטיג מאכער)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 2:05 pm
דורך זאנוויל
דאנקן גאט, די סוכה איז שוין צונימען און פארפאקט על מקומו.
אבער מיינט נישט אז זאנוויל איז א צייטליכער, פאסירט האט אז אין זאנוויל'ס סוכה איז דא די אויל פייפ פארן בנין(איינער געדענקט עס נאך?), און ויבא ער איז אנגעקומען און זאוויל'ס סוכה שטייט על מכונו און רירט זיך נישט, בבושת פנים איז ער נעבעך אוועק געפארן, אבעאר די לענדלרד איז נישט שילדוג געבליבן, און ווי א וואוילע שעפעלע האט עס זאנוויל שיין צונימען און פארפאקט.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:30 pm
דורך מאשקע
אפדעיט: סוכה שוין צענומען.
קרעדיט: די פעגערייען פון די אשת חיל...
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:59 pm
דורך ראמני 08
כאב שוין צענומען סוכה,
קרעדיט: די קרעטשמע
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:00 pm
דורך אינטעליגענט
מאשקע האט געשריבן:אפדעיט: סוכה שוין צענומען.
קרעדיט: די פעגערייען פון די אשת חיל...
גם אני בחלומי... נישט אינגאנצן, נאר די נויסיקע איז שוין אראפגעקומען, שטייצעך נישט אן צערייסן צוויי הענגעדיגע, און צעקאליעטשן די פיסלעך פון עטליכע פויגלען, אבער נישט חלילה אויף זיך אפרעדן, ב"ה מ'האלט שוין דא...
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:14 pm
דורך טהור-עיניים
אפדעיט,
נאכנישט אנגעהויבן אראנעמען די נויסיקע, דערווייל איז מען נאך מקיים דעם שינת הצהרים אין דעם סוכה.
זאנוויל, האסט נישט פארשטאנען, ווען דער רעגן האקט אין קאפ איז ביטער, אבער ווען ער האקט אינעם שלאק, אין איך כאפ דאן א דרימעל, איז עס מעין עולם הזה.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:16 pm
דורך ראמני 08
נישט מעין, נאר עולם הזה ממש
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 12:39 pm
דורך טהור-עיניים
אפדעיט,
נאך געשלאפן נעכטן געשמאק אין די סוכה, בפרט דעם שבת ווען ס'אצעך עפעס אראגעלאזט עפעס אזא מין אלול'דיגע וועטער אינמיטן תמוז, און אין שטוב איז געווען שטיקעדיג, האב איך זעך פיין אויסגעליפטערט אין די סוכה.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 4:20 pm
דורך שמערי בערי
רבונה של שלמה, ווער קאן שלאפן אין די סוכה אינמיטן סאמעט חשון?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 9:42 am
דורך ביקסאד
א קעצעלע אנטשולדיגט טהור'ל קאן שטענדיג.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 11:12 am
דורך טהור-עיניים
זעט אויס אז האסט שוין פארגעסן דעם וועטער פון שבת
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 11:13 am
דורך טהור-עיניים
נישט געפערליך שמערי, ווען איכעל קומען אין דיינע יארן..........
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 1:53 pm
דורך שמערי בערי
קענסטו דען נאך קומען אין מיינע יארן?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 2:49 pm
דורך לעווי
מיין ווייב בעהט זיך ביי מיר אז איך זאל שוין כאטש אראפ נעמען די סכך, זאל כאטש נישט זיין אזוי טונקל! איז זי גערעכט? וואס האלט איר?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 3:02 pm
דורך סתם_אזוי
ר' לעווי, פון דיר האב איך עס נישט געגלייבט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 3:32 pm
דורך ביקסאד
טאקע פון די פון וועם מען איז נישט גערישט, כאפט מען אריין.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 4:11 pm
דורך זאנוויל
לעווי איך וואלט געמאכט א פשרה, האלב זאלסטו אראפ נעמען....
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 5:58 pm
דורך טהור-עיניים
שמערי, לויט אונזערע בילדער האב איך נאך אסאך יארן ביז איך וועל האלטן ביי דיינע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 2:20 pm
דורך סאכדעס
סאכדעס האט געשריבן:איך האב די פראבלעם פון קרעמער'ן, אבער כ'זעה אז כעל עס מוזן מאכן ווי פריער, ווייל ווען מ'קעין וועט געוואונען וועט דאך נאר קעלטער ווערן. וזה מה שאמר הכתוב, אז מ'קעין אז מ'קעין.
למעשה מיטן שווארצן איניינעם, איז קאלט און פארוואלקטנ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 7:33 pm
דורך אלחנן
יא, די סכך האב איך שוין אראפ גענומען!
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 1:49 am
דורך שמערי בערי
מזל טוב
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 9:33 am
דורך טהור-עיניים
ברעקינג, ברעקינג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נעכטן נאכט בין איך אהיים געקומען, נישט צו דערקענען דעם סוכה, די נוי סוכה איז שוין געווארן אראפגענומען, אנבעליוועבל, און די אידענע האט שוין אנגעפאנגען צו פרעגן ווען מ'קען רעדן פון צונעמען די סוכה, אבער נאך אלעם, בינעך נאך אלץ אפגעשלאפן האלבע נאכט אין די סוכה אונטער דעם געשמאקן גערודער פון די פאלנדע רעגן
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 11:32 am
דורך איך_הער
נו, בל תוסיף.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 11:41 am
דורך ראמני 08
טהור-עיניים האט געשריבן:ברעקינג, ברעקינג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נעכטן נאכט בין איך אהיים געקומען, נישט צו דערקענען דעם סוכה, די נוי סוכה איז שוין געווארן אראפגענומען, אנבעליוועבל, און די אידענע האט שוין אנגעפאנגען צו פרעגן ווען מ'קען רעדן פון צונעמען די סוכה, אבער נאך אלעם, בינעך נאך אלץ אפגעשלאפן האלבע נאכט אין די סוכה אונטער דעם געשמאקן גערודער פון די פאלנדע רעגן
כאגעמיינט אז נאר שבת שלאפסטו אין די סוכה