גריסן און שמועסן
מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:09 pm
און א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א אינגערמאן לעצטענס זאגט ער מיר אז ער ווארט ביז חנוכה צייט וואס דעמאלט מאכט זיך אלץ איינס צו צוויי ווארעמע טעג און דאן צונעמעט ער זיין סוכה, כאטש איך פארשטיי נישט וואס פעלט פאר די איצטיגע ווארעמע טעג, איז מיר אינטערסאנט צו הערן וואס טוט איר, אדער האט געטוהן,
Advertisement
מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:10 pm
שוין צונימען, און אוועקגעלייגט.
מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:39 pm
אזוי האלב און האלב, אבער די רביצין יאגט שוין געפערליך אונטער, העלמיר זעהן ווער סיעט געוואונען און ווען.
מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:44 pm
אלעס אוועקגעלייגט, שוין געקויפט נאך סקרויס, מיט נאך א ביט פאר די דרילער, נאך טאם-טעקס צו זיין גרייט אויפן קומענדיגן יאר מיטן גאנצן קנאק
מיטוואך נובמבר 01, 2006 5:46 pm
אקוראט ווי סאכדעס
מיטוואך נובמבר 01, 2006 6:02 pm
געוואונען וועסטו אויך ווי סאכדעס? איך האף דו וועסט האבן מער מזל
מיטוואך נובמבר 01, 2006 6:17 pm
נאך די ווענט וואס די ווינט האט שוין האלב וועגס צונומען ווארטן איך זאל זיי אוועק לייגן אין סטארידש.
מיטוואך נובמבר 01, 2006 7:07 pm
פון מיין פענסטער האב איך היינט באמערקט ווי די ווינט האט צונומען די סוכה פון איינעם, וואס איז נאך געשטאנען פון סוכות תשס"ו! (אין אנדערע ווערטער: זינט סוכות תשס"ו זענען נישט געווען אזעלכע שטורעמס ווי דעם פארגאנגענעם פרייטאג-שבת!)
מיטוואך נובמבר 01, 2006 9:36 pm
חחחכחכחחאחחכחחחכגדךחכג גראדע האב איך געלאזט די האלב, ווייל איך וויל צופארעכטן צוויי דריי פענל'ס, נו אין אזא פאל, קען מען דאך די סכך מיט אפאר טובייפאר'ס לאזן אויך אזוי נישט מסודר, שנית לויט דיין אנאליז אויף גרויזאמער, העליך בעסער און שענער געוואונען וואו גרויזאמער'ן, אבער כאב הנאה אז ער וויל זיין גוט מיט מיר, איינער זאל זיך נאר וואגן מיר צו טשעפן.
זונטאג נובמבר 05, 2006 2:28 pm
ליידער נישט
מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:16 pm
אהההההההההההה ב"ה מיין שכן'ס ווייב האט גענומען די זאך אין ס'האנט אריין און אליין מיט איר גויטע צונומען די סוכה.
מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:22 pm
סכך איז שוין אוועק גקפאקט וזהו.
איך זיך אן ארבייטער (אדער שלאק) זאל עס טון פאר פופציג דאללער.
מאנטאג נובמבר 12, 2007 2:51 pm
רוף אן אבי'ס שכן'ס ווייב..
מאנטאג נובמבר 12, 2007 3:27 pm
איינער קען מיר העלפן בויען די סוכה
מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:36 am
איך האב עס געפלאנט צו טון נעכטען אבער איך האב פארגעסן.
יעצט וועל איך שוין מוזן ווארטן ביז די שניי צולאזט זיך און טריקענט זיך אויס.
מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:43 am
האסט היינט געפלאנט עס צו טוהן נעכטן?
מאנטאג נובמבר 19, 2007 9:50 am
וואס איז א נפקא מינא?
אבי יעצט האב איך כאטש א גוטע תירוץ!
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:38 am
היינט האבעך צוגעדעקט די סוכה ברעטער צו באשיצן פון די רעגן וואס טראפט נאכאנאנד אויף זיי.
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:40 am
עס רעגנט???????
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:41 am
יא, צווישן בעד סטיי און וויליאמפעסט רעגנט.
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:45 am
אה!
ווייל דא שנייט.
(אדער האט געשנייט ווען איך בין אריין אין מיין אפיס)
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:46 am
דא רעגנט
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:47 am
דא נישט
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:48 am
ווי אידאס "דא" ?
מאנטאג נובמבר 19, 2007 11:50 am
וואס הייסט ווי?
דא! אין קרעטשמע!