בלאט 1 פון 1

מען גרייט זיך צו די שלשים...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 10:39 am
דורך קרעמער
אין די טעג רישן זיך די חברי הקרעטשמע אפצוצייכענען די דרייסיג'סטע טאג זינט יענעם ביטערן פריהמארגן ווען אונזער ראש הקהל מר. יענטאאש האט זיך אפיציעל געזעגענט פון אונז.http://tinyurl.com/vc74q

בשעת מעשה האבן מיר נאכנישט געגלייבט אז דאס וועט טאקע פאסירן אין די ווירקליכקייט, מיר האבן זיך איינגערעדט אז עס איז בלויז אן אפשרעקונג, א אויסשריי פאר אטענטשן וכדומה, אבער מיטן לויף פון די טעג האבן מיר אנערקענט אז דאס איז גאר געווען אן ערנסטע געזעגענונג, און מיר האבן טאקע נישט די זכיה אז יענטאאש זאל זיך דרייען צווישן אונז...

לאמיר טאקע פארלאזן א טרער אויף זיין פרישן ... און זיך טרייסטן מיט די נייע שרייבער וואס זענען אריינגעקומען אונטער אים, טייל פון זיי מיטן זעלבן פראבלעם (איבריגע צייט) וואס האט אים ערווארבן זיין נאמען אלץ ראש הקהל.

בלייבט אונז בלויז איבער צו וואונטשן אז די אלע פרישע שרייבער זאלן אויך פארנומען ווערן - מיט א מאס - און אונטערהייבן די מאטראץ'ן מיט גלאטע הונדערטערס עד ביאת הגואל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 11:31 am
דורך קהל'ס נאר

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 12:19 pm
דורך Anonymous
כככחאחא

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 7:18 pm
דורך קרעמער
וואס איז די געלעכטער אזוי גרויס??????????????

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 11:12 pm
דורך איך_הער
די לויה קאר איז קוים ארום געפארן און די האלסט שוין ביי די שלשים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 11:58 am
דורך סאכדעס
ווער גייט האלטן מילי דהספידא? כאלט אז מ'זאל רופן עפעס א נואם הכבוד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 5:36 pm
דורך מעסטערמיינד
סאכדעס

וועם האסטו אין מיינד וואס וועט וועט יין דער נואם הכבוד,



איך טראכט אפשר קען מען רופען דעם וועלט בארומטען שרייבער ה"ה מר. יענטאאש, צו זיין דער נואם הכבוד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 5:45 pm
דורך סאכדעס
מעסטער גלייב מיר אז כאב געקלערט פון דעם בשעת'ן טייפן, אבעער כאב אזוי צו זיך געקלערט, אז מפני הכבוד פאסט נישט אז א טויטער זאל.. פארשטייסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 6:06 pm
דורך מעסטערמיינד
נישט אינגאנצען,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 1:56 pm
דורך cano
שטעלט אייך פאר מען ריפט אויס אז דער נפטר זאל מספיד זיין, איך מיין אז רוב עולם וועט אוועק לויפען, א יא?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 1:57 pm
דורך איך_הער
א יא.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 12:50 pm
דורך שוועמל
נו האט מען זיך שוין געענדיגט גרייטן צום שלושים?

יעדער איז שוין רעדי צו די שלושים..?

......... טרי......

........ טו........

.........וואן!......


......ההההפ..... שלושים!!!!!.........

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 05, 2006 4:50 pm
דורך סאכדעס
היינט איז עס?