Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארוואס דוקא פאר זיידעניו???

שבת דצמבר 06, 2008 8:05 pm

טייערע מעמבער'ס עס פרעגט זיך א קושיא פ"וו שטימען דוקא פאר זיידעניו, וואס איז זיין מעלה?

צו דעם לאמיר אייף ענטפערן אבער קודם לאמיר רעדן וואס איך האב געהאלטן ביז איצט און אוואס איך האלט יעצט, איך האב אביסל געלייט פון זיידעניו און איך האב ייער הנאה געהאט פון זיינע באשרייבונגען בין איך גלייך ארויס מיט'ן גאנצן כח און ווי איך האב געקענט אריינוארפן א ווארט לטובת זיידעניו האב איך אזוי געטוהן, אבער מיט די טעג וואס איך האב געזעהן אז זיידעניו יצט און קאמפיינט נישט געהעריג ער שרייבט ארטיקלעך פון ידות און אנדערע חידושי תורה און ון די 2טע זייט שטייט אונזער 2טע קאנדידאט שמערי בערי ירום הודו און ער אבייט 24 שעה א טאג (נישט ער זיין קאמפיין) האב איך צו מיר גאטראכט אז דאס איז עס איך קען נישט זיין נוטה צו א קאמפיין וואס עס איז שטיל איך מוז מיר אריבערציען צו ר' שמערי, אפלו איך האב געוויסט אז עס וועט מיר קאסטן מיין פרעסטידזש דאס הייס יעדער וועט זאגן אז וואלוועלע האט נישט קיין מיינונג צו דעם וואלט וואלוועלע אויפגעהערט צו שרייבן און עפעס א 2טע ניק וואלט ארויסגשפראצט פאר שמערי שליט"א און געמוזט אנהייבן פונדאסניי צו האקן תגובות, אבער דאס אלעס האט זיך געגנדיגט ווען פלוצלינג נאך מיין ליל ששי לערנען קום איך אהיים און איך כאפ מיר אריין און קרעטשמע פאר א מינוט (4 שעה) און איך זעה אז מען האלט נאך ערענסט אינמיטן קאמפיינען ( פאגעסט נישט עס איז שטין געווען 1 ביינאכט) האב איך נאכאיינמאל אונטער מיין ניק וואלוועלע געבן א פליק פאר שמער'ן זאל ער געדענקן וואלווי'ן זאל ער נישט פארגעסן אז אמאל האט וואלווי געשריבן און קרעטשמע און איך האב און עם אריינגעביסן אביסל ( א טייני ציפ) און איך האב געמיינט אז איך בין פארטיג און אנשטאט וואלווי וועט איצטעט ווערן בערטשי אדער עפעס ענדליך,

אבער דא האט זיך אלעס אפגעשטעלט, וואס איז געשעהן?

הערט נאר צו די מעשה ווייטער, אויב האט איר געמיינט אז 1 אזייגער שלאפט נישט ושמרת קאמפיין אבער וזקנת קאמפיין איז שוין איינגעהילט און א טיפן שלאף און ען האלט שוין ביי זיך איבערדרייען אויפ'ן 2טן זייט, יא איר האט געמיינט האט איר געלעבט און א טעות

קוטטס וואס איך האב באקומען און פריוואטע הודעה פון זיידעניו'ס קאמפיין (זיידעניו אליין גיט זיך נישט אפ מיט דעם איך וועל ענק זאגן א סוד שטיל בייג דיר אהער מער איך וויל נישט זיידעניו זאל הערן שטיל שששש זיידעניו וויסט ניטאמאל אז מן קען פאר עם וועלן ער האט עס ניטאמאל געוואלט ווען מען האט זיך צו עם געבעטן, נאר מען האפט אויב וועט ער געווינען וועט ער עס בלית ברירה אננעמען)

דאס האב איך באקומען (אנטשולדיגט איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען פעיסא ארויף, זייטס' מיר מוחל)

א גוט יאר הרב הגאון הידען הנפלא מוה"ר זאב המכונה וואלוועלע שיחי'.

אחדשה"ט

צום אלעם ערשטן ווילן מיר אייך באגריסן צו די הערליכע פארום'ס פון אידישע וועלט, מיר זענען באמת שטאלץ צו האבן אזא געוואלדיגער בקי צווישן אונזערע ווענט! אייער פעדער איז רייך און שיין, צום טעם און צום זאך, צו יעדער ענין.

אבער אצינד צום קאמפיין, מיר שעצן זייער שטארק אייער ארבעט, אבער צומאל גייט עס אביסל צו שארף, וועלכע פאסט נישט פאר אונזער שיינעם מקום. אונזער קאנדידאט זיידעניו שטייט ב"ה גוט אין עס פעלט נישט אויס צו ניצן אגרעסיווע מיטלען וואס קען נאר שאטן פארן קאמפיין.

אדרבה, שרייבט אפ א שיינעם לאנגן ארטיקל, נוסח קרעטשמע, מיט וואס אלע וועלן זיך באלעקן די פינגער, זאל זיין לטובת סיי וועלכן קאנדידאט (פרעגסט מיר? איך זאג דיר זיידעניו...), און איר וועט זעהן אז דער ציבור וועט בע"ה זיין פיל מער צופרידן ווי מערערע קלענערע תגובות, און אייך מער קאמפלימענטירן.

נאכאמאל, א ייש"כ פאר אייער געטרייע ארבעט, מיר טוען אייך נאר מעורר זיין ווי א גוטער פריינד.


הק' וזקנתי קאמפיין
בשם כל העוסקים במאכלת הקודש


סוי טייערע מעמבער'ס נאכן באקומען אזא בריוו קען איך איבער לאזן אונזער זיידע, ניין איך וועל שטיין צום רעכט האנט פון זיידי ביז ער וועט אי"ה געווינען און אויך נאכדעם

און איצטער טוה איך ענק גיידען
וואיטס פאר זיידען
ער וועט אונז גוט ריידען
און שלעכטס פון אונז פארמיידען

Advertisement

שבת דצמבר 06, 2008 11:26 pm

א גוטע וואך וואלווי, יא מיר קענען יא מיר קענען, אז וואלווי כאן הכל קען.

דיינע ארטיקל איז עפעס אויסטערליש שיין אין איך האב זייער הנאה דערפון און, אזעלכע און נאך אזאנע דארף איך. שטיי איך גוט .

קיפ אים אפ.

שבת דצמבר 06, 2008 11:30 pm

וועלוועלע, כ'זע דו קענסט יא שרייבן לאנג און גוט, סאו קיפעט אפ, און נישט נאר דא, נאר איבעראל, נעם א טאפיק, און מאך א לאנגס און א ברייטס, זאל דער עולם הנאה האבן, יישר כח פון פאראויס.

זונטאג דצמבר 07, 2008 1:58 pm

וועלוועלע שיין אבער איך בין דיך נישט מקנא אויב שמערי געווינט, אוי העט ער דיך לערנען טאנצען :roll:

זונטאג דצמבר 07, 2008 2:13 pm

אלחנן וואס פאלט דיר אפילו ביי אז שמערי וועט געווינען

זונטאג דצמבר 07, 2008 3:10 pm

דער אמת איז אז ער קען דיך אנלערנען אפי' ער געווינט נישט.

זונטאג דצמבר 07, 2008 11:44 pm

ער'עט מאכען זיכער אז דיין יודענע גייט מער נישט קיין וואל-מארט,
זי וועט בלייבען און שטוב פינטלעך נאכפאלגען וואס די טוסט אויף קרעטשמע.

דעטס איט, וואלווי, די געים איז אווער....

מאנטאג דצמבר 08, 2008 7:45 am

הא דאס וואס וואלט ווען געווען א געוואליגע זאך אויב קען שמערי זעהן אז מן ידענע זאל אויפהערן גיין קיין וואלמארט האט זיך מיר אלעס אויסגעצאלט

מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:40 pm

נו...שמערי...וואלוויש געט דיר א דשזאב.
אויב די פירסט אויס, עט ער דיר מכה טובה זיין און ער'עט דיר געבען זיין שטימונג

מאנטאג דצמבר 08, 2008 3:48 pm

העי קיש וואלי, וואס איז נייעס?

הערץ א מאנסע, שמערי איז געזיצן איין נאכט אינעם קאמפיין הויפט קוואטער פון זיידעניו (יעצט גייען די חברה שוין מאכן א וואטערגעיט סקאנדאל...), און פלוצלינג קומט אן א וויכטיגע מעסעדש אויפן סקרין פונעם זיידן, נישט מער און נישט וויניגער נאר מען זאל איינמאל פאר אלעמאל אריין שמייסן פאר וואלוויש'ן א מעסעדש אז עז זאל אויפהערן צו טערארעזירן.

שמערי טראכט נישט קיין צוויי, מיט זיין גוט הארץ שרייבט ער אפ א שיינעם נוסח, אים נישט צו מאכן שפירן שלעכט קיין איין רגע.

און.....

מאנטאג דצמבר 08, 2008 4:17 pm

שמערי יעצט וועל איך שוין זיכער נישט וואוטען פאר דיר, אזאונס?

מאנטאג דצמבר 08, 2008 7:57 pm

שמערי, גוט!!

אלף בית און וואלוועלע; קענען ענק בכלל שוין שטימען?? נאך 6 חדשים צו גיין!

מאנטאג דצמבר 08, 2008 8:37 pm

שמערי ;l;p-
שרייב א תגובה

Advertisement