גריסן און שמועסן
מאנטאג דצמבר 01, 2008 10:34 pm
זיצט זיך לאקשען אין שרייבט אפ א ארטיקעל א לאנגס אין א ברייטס אין אזוי ווי איר ווייסט איזעס נישט קיין אפטע ערשיינוג,
נאך א היבשע שטיקעל צייט אין די ארטיקעל קומט ב"ה צי אן ענדע
אין בדחילו ורחימו גרייט מען זיך צי אפיר נעמען דעם "שיק" קנעפעל
אין עס אריין שיקען דארט ווי עס ברויך צי זיין אין אט דריקט מען דעם קנעפעל אין מען גרייט זיך צי מאכען א נאך ברכה
אין דא באווייזט זיך א בלעטעל וואס לינט זיך אז איר זענט נישט איינגעשריבען אין זייטס מוחל שרייבט אייך איין אין נאכדעם קענט איר שרייבען .........אוטש....ש....ש אזא ציפ צי חאפען ווי איז די גאנצע ארבעט כ'\טריי צי קליקען בעק , אהער אהין אבער הילד איננו דאס קינד איז נישטא ,
די גאנצע ארבעט איז פארשווינדען, נישטא
איי מי יתן ראשי מים די צער איז היבש אין לאקשען זיצט ווי א אפגעשמיסענער א באטראפעצטער
נו וואס קעניך טוהן זאלען ענק חאטש וויסען דערפין אין אביסעל מיטפילען
הכו"ח
מצפה לישועת ה'
לאקשען החונה פה ראזוואדאוו
Advertisement
מאנטאג דצמבר 01, 2008 11:15 pm
אזוי ווי שוין געשריבן, מיר פילן (מיר האבן געפילט) אייער ווייטאג, מיר האבן אויך געהאט ענליכעס, אבער זייט דעמאלטס שרייבן מיר נאר אויף ווארט, און מיט סיעתא דשמייא, האבן זיי א מיטל, וואס לאזטצעך נישט אזוי שנעל מעקן.
מאנטאג דצמבר 01, 2008 11:27 pm
גם אני בחלומי
דינסטאג דצמבר 02, 2008 12:05 am
לאקשען ברעט האט געשריבן:לאקשען החונה פה ראזוואדאוו
אוואו איז דיין אדמו"ר "ירא שמים" פארשוואונדען פון די ארענע.
דינסטאג דצמבר 02, 2008 12:07 am
מען דארף עס מודע זיין פאר קול מבשר אז כלל ישראל זאל מתפלל זיין פאר לאקשען בן ברעט מראזוואדאוו
דינסטאג דצמבר 02, 2008 12:09 am
נו טוה הלכה למעשה!
דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 8:05 pm
אוי דאס טוט דאך וויי, מיר האבן מיטגעפיל.
דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 8:09 pm
ג מיר לאקשן ברעט וואס איז אזוי שלעכט מן הסתם האסטו היבש הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און אז אנדער האבן עס נישט געזעהן נא די ווילסט דאך סיי ויי אז מען זאל נישט וויסן ווער די ביסט