גריסן און שמועסן
מאנטאג דצמבר 01, 2008 11:43 am
איך שטיי מיר אזוי פארטראכט! איך מאך מיר א חשבון הנפש, א מענטש לעבט דאך נישט אייביג, די בארד ווערט שוין ווייס, און מען דארף עפעס טון כלפי שמים.
אזוי טראכטענדיג בין איך דורכגעגאנגען אלע מיינע לעבנ'ס יארן, און איך האב מיר דערמאנט פון מיינע זיסע קינדער יארן, ווי מיין טאטע זאל זיין געזונט פלעגט מיר נעמען צום טיש פון כ"ק אדמו"ר רבי הערש'עלע מקרעטשניף-ירושלים (סיגעט), איך האב מיר דערמאנט פון די געהויבענע "ואני בעודי טאנץ" פרייטאג צו נאכטס, פון די געפעפערטע בריעדיגע לאקשן קוגל [בדרך אגב: הוא הי' אומר! אז מען בריעט זיך שבת מיט לאקשן קוגל, בריעט מען זיך נישט א גאנצע וואך מיט עבירות], פון די געהויבענע תפלות אויפן נאדבורנ'עם נוסח, און עס האט מיר אנגעכאפט א געוואלדיגע ברען און חיזוק אויף ווייטער...און איך בין זיכער אז עס איז דא נאך צענדליגע אידן וואס ווילן זיך אביסל דערמאנען פון די לעכטיגע צייטן, איז ווער עס האט עפעס צו דערציילן און געדענקן פון ר' הערשעל'ע זי"ע, איז מכובד צו שרייבן תגובות...
Advertisement
מאנטאג דצמבר 01, 2008 2:00 pm
זיין עבודת הקודש כחד מקמאי, זיין קנאות בלי פשרות, זיינע ניגונים האבן אלע טעמים, עזרת אבותינו, על הכל, יקום פורקן, גאר א אלטע איז כי רם ד' ושפל יראה וגבוה ממרחק יידע.
מאנטאג דצמבר 01, 2008 2:20 pm
ער האט מחבר געווען גאר אסאך ניגונים, עטליכע זענען באקאנט אלס "וועלטס ניגונים" און נישט אלע ווייסן ווער דער גרויסער מחבר איז געווען...
איך וועל אויסרעכענען א טייל דערפון!
ואני בעודי...
עזרת אבותינו...
יקום פורקן...
איי ווי גוט איי ווי פיין איז צו זיין א איד...
על הכל...
הודו על ארץ ושמים...
און נאך און נאך און נאך...
מאנטאג דצמבר 01, 2008 4:22 pm
נישט דא קיין קרעטשניפע חסידים דא?
מאנטאג דצמבר 01, 2008 7:18 pm
זעהט אויס אדערוואל נישט.
קען מען טאקע מאכן א סקר (דורכ'ן שטים בודקע) ווי די חברי הקרעטשמע געהערט.