גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 9:25 pm
איך ווייס נישט פארוואס. קען זיין עס איז מיין פראבלעם. קען זיין איך בין סתם קאמפלעקס.
אבער פאר איך עפען א נייע אשכול אין סיי וועלכע פארום בין איך זייער נערוועז.
איז עס א נארמאלע טאפיק? אפשר איז דער עולם נישט אינטרעסירט אין אזעלכע נייעס? אפשר בין איך נישט א גוטע שרייבער, און מען פארשטייט נישט וואס איך שרייב? אפשר האב איך נישט גוטע אינפארמעישן, און מען וועט מיך באפאלן פון וואו איך ווייס עס, און איך וועל בלייבן מיט די צונג אינדרויסן? אפשר וועט קיינער נישט מגיב זיין און עס וועט בלייבן א נעבעכדיגע אשכול? אפשר??? און אפשר????
איך רעד שוין נישט וואס איך מאך מיט מיט די קעפל פון די אשכול. עס דארף ציען די עולם. עס דארף האבן צו טון מיט געשריבענע פון אינעווייניג. און עס דארף זיין צו די זאך.
מילא שרייבן א תגובה האב איך זיך שוין אויסגעלערנט. מען שרייבט עפעס און שוין. אז איינער דיסעגריט, ענטפער איך אים נישט, און געענדיגט אן עסק.
אבער ווען איך עפען עס דארף איך קעיר נעמען פון עס. וואס הייסט? עס איז
מיין אשכול!
דערפאר פאר איך האב געעפענט די אשכול
דא האב איך געדארפט טראכטן צווישן 20 און 30 מאל צו איך זאל בכלל אויסגעבן מיינע בויך דרוקענישן, אדער עס אינטערעסירט קיינעם. צו איך זאל עפענען א נייע אשכול, אדער אריינווארפן אין איינע פון די צענדליגע אשכולות וואס רעדן שוין פון די עקאנאמי. צו מען וועט מיר ענטפערן, אדער געבן א דריי מיט די נאז אין טראכטן 'סתם אזוי איז א מאדנע מענטש'.
אפילו נאכדעם וואס איך האב שוין אראפגעשריבן די גאנצע זאך אויף ווארד האט מיר גענומען א 10 מינוט ביז איך האב באשלאסן עס צו אריינ'פעיסט'ן, און זאל זיין וואס זאל זיין.
(דא איז טאקע די פלאץ צו באדאנקען לעווי פארן אזוי שיין ארויסברענגען זיינע פאונטס, און דורכדעם ארויפארבעטן די אשכול)
און פארוואס זאג איך עס ענק? פארוואס האב איך יעצט אויפגעמאכט א נייע אשכול מיט מיינע אלע פראבלעמען??? אםםםםם....... איך ווייס טאקע נישט. אויב איז עס נישט אינטערעסאנט געווען מיסטו עס נישט איבערליינען, און אנטשולדיגטס מיר אויף די פאר מינוט וואס איך האב אויפגענומען פון ענקער צייט צו ליינען א נישט אינטערעסאנטע אשכול. אייעמסארי.
און אויב איז עס יא אינטערעסאנט, דאן זאלסטו......??? אם... איך ווייס נישט וואס! טו וואס דו ווילסט!
א גוטע נאכט, און ישר כח פארן אויסהערן מיינע דריקענישן!
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:24 pm
מיט בושה און טראכטן צען מאל קומט מען זיכער אין ערגעץ נישט אן. וואו וואלט איז היינט געשטאנען ווען כ'וואלט מיך גע'ישוב'ט צי איך זאל יא אדער נישט פאוסטען מיין ערשטע תגובה? דעם שבת ווערט פונקט 2 יאר פונעם יענעם גורל'דיגן פארטאגס ווען כ'האב באשלאסן אריינצואווארפן א 50 תגובות אין איין נאכט, און כ'קען זאגן אז כ'האב נישט קיין חרטה! די ערשטע פאר תגובות זענען אפשר (יאנאש זאגט אז זיכער....) געווען קארני, אבער א איד שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט!
דו שרייב נאר סתם אזוי וואס ס'קומט דיר אויפ'ן געדאנק, וסוף השמייכל לבא!
חזק ועמאטס!
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:25 pm
וואו איז אינטעליגענט'ס תגובה וואס איז פריער דא געווען?
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:27 pm
איך האב מחליט געווען אז ס'איז צו פערזענליך געשריבן, כ'האב עס געשיקט סתםאזוי'ן אין אישית.
סארי אבאוט דעט
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:29 pm
בכלל נישט. כ'האלט אז אנדערע קענען אויך שעפן חיזוק דערפון. מיט רשות פונעם "סופר סתם", לייג עס צוריק ארויף.
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:38 pm
[אט איז וואס כ'האב געשריבן, כ'האב דעצידירט אז ס'איז נישט געפערליך, שכח מאשקע פארן שטופ אין וואסער...]
סתם אזוי!
צו אלעם ערשט דארפסטו וויסן דו ביסט נישט דער איינציגסטער! עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, יא שרייבן נישט שרייבן, מ'וועט לאכן, מ'וועט זאגן....
אויף דעם איז דא איין עצה, שפרונג אריין! האסט געזעהן אמאל ווי קינדער שטייען ביים סווימינג פול פארן אריינגיין דאס ערשטע מאל, מ'ישוב'ט זיך, יא אריינגיין נישט אריינגיין, אזוי קען ער שטיין א האלבע שעה, ביז עס קומט א אינגל א בורדאק, גיט אים א טאמבעל אריין מיט א מיאוס'ן דייוו, און דאן... גארנישט דער אינגל הייבט פלוצלינג אן שווימען ווי אלעמען, וואסי? ער האט נאר געדארפט דעם שטופ. אלזא טאנץ אריין, הו קעירס וואס מ'וועט זאגן, און אז דו וועסט זיך אזוי נוהג זיין וועט עס טאקע האבן דעם ריכטיגן חן, ווייל וויסן זאלסטו: די כלל איז, דער עיקר חן וואס א מענטש האט ווען ער רעדט, שרייבט, איז, ווי זיכער ער איז מיט זיך, נאך אלעמען זענען אלע פונקט אזעלכע בשר-ודם'ס ווי דיר, און פונקט ווי דו ביסט נישט זיכער מיט זיך ביז דו הערסט פון א צווייטן אז יא, דו ביסט נישט עפעס סתם אזוי, אזוי זענען אלע, יעדער ווארט פונקט אזוי אויף יענעם'ס קאמפלעמענט, און יא, אויף דיינס אויך... דער חילוק איז נאר ווי אזוי מ'קוקט זיך אליין אן.
אגב האב איך עס באמערקט אויף דיין נאמען, "סתם אזוי"? פארוואס עפעס סתם אזוי? ניין "פונקט אזוי"! ווייל אזוי האב איך געזאגט, איך האב אויך א מיינונג, און א רעכט צו רעדן, אז דו וועסט קוקן אויף מיין ניק וועסטו זעהן אז איך האב געארבעט אויף דעם... נישט אז איך האלט מ'דארף זיך געבן אזא עקסטרעמען נאמען, כאילו איך בין עפעס ווייסעך ווער, אבער צו באלאנסירן די בושה איז עס אן ענין. איך מיין נישט צו זאגן דו זאלסט טוישן דיין ניק ווען אלע קענען דיך שוין מיט דעם ניק, [ס'איז אזוי ווי איינער וועט זיך מאכן א פלעסטיק סורדזשערי אויפן געזיכט, ער קומט אין ביהמ"ד, קיינער קען אים נישט, ער טענה'ט איך בין דאך יענקל, אלע לאכן פון אים טראג דיך אפ דו משוגע'נער... דאס זעלבע מיטן ניק, אלע קענען שוין דעם באוויסטן "סתם אזוי"...] אבער דעם בליק זאלסטו נעמען אין קאפ.
ביידיוועי, דו שרייבסט גראדע זייער פיין! און כ'האב הנאה געהאט פון דיין פוינט איבער בעילאוט, אזוי אויך דיינע תגובות צייגן אויף א מענטש מיט קאפ אויפן פלאץ, נישט ווי אויף דיין בילד...
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 11:57 pm
סתם אזוי, דיך צו מאכן פילן רואיגער, גיי נאר אריין אין קעלער (ביסטעך סייווי דארט היבש אסאך) און געב א קוק אויף די ערשטע תגובות פונעם עולם, וועסטע שוין זען, אז עמו אנכי בפרה.
קיפ אן, עפען עס לאנג סיז אויסגעהאלטן לויט די תקנות הקרעטשמע.
פרייטאג נובמבר 14, 2008 1:17 am
ווער געדענקט נאך ווען שמערי איז געווען קהל'ס נער אין קרעטשמע?.
סתם, קיינער קען דיר נישט, און טאמער אפשר אויב מעגליך אז דו וועסט האלטן אז דו שרייבסט נישט אנטערעסאנט לאך דיר אויס!!! וועסט נאך זעהן, ס'וועט קומען א צייט וואס מ'וועט מאכן א קינה אז סתם אזוי נישט דאהי געווען פאר צוויי טאג...........
ווער געדענקט נאך שמערי'ס "איך וועפ שוין"...?
פרייטאג נובמבר 14, 2008 10:12 am
איך האב נישט וואס מוסף צו זיין צו דאס וואס דער עולם האט שוין געשריבן, אבער דאס מוז איך זאגן איך ווייס נישט פארוואס דו האסט א פראבלעם מיטן עפענען אן אשכול אדער מיט שרייבן א תגובה, דו ביסט גארנישט שוואכער פון סיי וועלכער שרייבער דא, ענד קיפן קאומינג.
זונטאג נובמבר 16, 2008 1:48 pm
א גרויסן ש'כח פאר יעדן'ס חיזוק.
מאשקע. איך האב געמאכט א חפש הודעות המשתמש פון אלע דיינע תגובה'ס און איך זעה אז עס איז גארנישט קארני. גראדע האב איך אסאך געלאכט פון דיר, קליינער.
אינטעליגענט. קודם, חס ושלם, עס איז נישט געווען צו פערסינאל. וועגן מיין נאמען, איך האב געטראכט פון א ניק. איך האב נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס גוט, ביז כהאב באשלאסן, אז איך דארף סתם אזוי א ניק, נו, גאנץ גוט, ניין?
איך הער. איך דריי זיך טאקע אסאך דארט, און איך האב געטראפן זייער אינטערעסאנטע זאכן, וואס דאס איז טאקע די סיבה פון מיין בושה. אגב איך האב דארט אויך געטראפן דיין נישט געענדיגטע פארזעצונג, און איך בין נישט מוותר אויף עס...
שמערי. אפשר געסטו מיר א לינק צו דיין אשכול. אפשר וועל איך שעפן חיזוק פון דארט.
יאנאש. ישר כח. איך האף איך בין טאקע נישט שוואכער פון עני אנדערע קרעטשמע שרייבער.
זונטאג נובמבר 16, 2008 7:07 pm
'סתם אזוי' קיפ אפ ענד דונט ווארי
אויף דיין בילד זעהסטו אויס צו זיין גאר זיכער מיט זיך און פרייליך מיטן משקה
זונטאג נובמבר 16, 2008 9:04 pm
דאונט דשאדש א בוק ביי איטס קאווער...
זונטאג נובמבר 16, 2008 9:21 pm
ווייסטע וואס? ווער זאגט אז דו דארפסט זיין זיכער מיט זיך? לאדעך אפ, שרייב פלעין אן זיין זיכער, כ'זע אז דו קענסטעס גאנץ גוט.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 12:28 pm
מסכים. אונז מאכן א דיעל. איך גיי שרייבן "סתם אזוי" אין די וועלט אריין, און דו וועסט ענדיגן דיין פארזעצונג, מסכים?
מאנטאג נובמבר 17, 2008 12:39 pm
אויף די ערשטע העלפט בינעך גראד מסכים, אויף די צווייטע, עלעך איבער טראכטן.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 12:42 pm
איכער, דו מיינסט אוודאי איבער טראכטן וואס צו שרייבן אונעם פארזעצונג? איא???
מאנטאג נובמבר 17, 2008 12:45 pm
האבעך שוין צוויי חברה וואס רייטן אויף מיר.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 12:48 pm
אויב דאס וועט דיר מאכן שרייבן דאן ברענג איך שוין אריין נאך אפאר חברה, סעטציך טון א מאסן גע'ראט'אכץ....
מאנטאג נובמבר 17, 2008 1:01 pm
זאנוויל. כא כא.... דו האסט אבער רעכט, אויב דאס וועט העלפן קום אריינעמען נאך אפאר מענטשן (ניקס), און אים נישט אפלאזן......
מאנטאג נובמבר 17, 2008 2:37 pm
יוי איך בעט ענק, הערטס אויף, מיין רוקן טוט שוין וויי.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 3:00 pm
הער סעקרעטאר קויף א נייעם בענקל אין אפיס
מאנטאג נובמבר 17, 2008 3:15 pm
איך האב ב"ה א פיינע בענקל, דערוילעם זאל נאר זוכן גוטע בענקלעך, אז מ'זאל נישט דארפן זיצן אויף מיר.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 7:28 pm
מען דארף נישט זיצן אויף דיר צו שרייבען.
דו זיצט אויפן קיבוירד במילא ב"ה (אויף גיטע זאכן)
מאנטאג נובמבר 17, 2008 8:22 pm
אקעי סתאמי, אונז האלטן מיר שוין ביי פיר חברה, עפעס וועט נאך ווערן מיט די צייט.
בד"וו סתאמי קום א רגע אין די זייט ווי קיינער הערט נישט....
יא יא דא...
זעץ דיך אראפ לאמיך מיט דיר רעדן אפאר מינוט.
די מעשה איז אזוי, רעד שטילער! איך וויל דאך נישט מען זאל הערן?!
אקעי אונז דארף מיר זען צו ארבייטן אויף די נושא אויף אלע פראנטן.
וואס האלטסט? מסכים?... אקעי זע איך ביסט מסכים.
די ערשטע שריט אונזערע דארף זיין ארויף צי לייגן אזא דביק'ל אויף אלע פארומים, יא יא... אזוי ווי ווען מען האט אהער געמאפט, די פראבלעמען אויפן נייעם סייט אשכול, זע איך דו פארשטייסט זייער גוט.
און דארטן זאל שטיין אז יעדער זאל שוין עמערדזשענסי אהער קומען פרעשורן איכער.
די שאלה איז נאר ווי אזוי מעו מאכט עס?
איך האלט מען זאל זיך ווענדן מיט א שטרענגע פאדערונג צו די מנהלים, אז זיי מוזן עס שוין ארויף לייגן.
הע? כער נישט?.......
אהא איך פארשטיי, דו מיינסט צו זאגן אז קודם זאל מען זיי בעטן שיין, און נאכדעם שטרענג? אקעי מסכים.
און די נעקסטע שריט וועט זיין פארשטייט זיך נאר אויב ער וועט זיך נישט בייגן, אז ביי דו קומענדיגע חנוכה וואלן וועט מען אים ארויס וועלן פון זיין סעקרעטאר! פינטעל.
אקעי ביזדעווייל מאך א שווייג פון די גאנצע זאך, איכעל מיך טרעפן מיט דיר אין קעלער שפעטער נאכאמאל.
מאנטאג נובמבר 17, 2008 8:53 pm
איך מיין מיר זאלן פארפלייצן זיין "פריוואטע מעסעדדש" באקס מיט בריוועלעך אז ער זאל זיך בייגן, וואס זאגסטו? שאאאא..... קיינער האט נישט געהערט?? אה! ברוך השם.