בלאט 4 פון 6
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 9:50 am
דורך lebediger berel
אמן אמן אמן
נאך א מזל מ'טאר נישט מגלה סוד זיין.
ווייל אויב יא וואלט איך געגעבן מיין עכטע נאמען און מיין מאמעס נאמען עטץ זאלטס מתפלל זיין
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 3:08 pm
דורך ראמני 08
סקוקט אויס אז סוועט זיין א הילכיגער דורעכפאל
אזוי ווייט אז ביי אלע קידוש החמה'ס וועט מען רעדן דערפון
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 3:35 pm
דורך lebediger berel
איך האב נישט געזאגט ביז די קומענדיגע קידוש החמה, איך האב געזאגט ביז פסח.
יעצט האב איך שוין מיין ערשטע "שפין" פארוואס ס'איז נישט געלונגען, ווייל דער עולם האט נישט געהאט קייין צייט ווייל מ'האט געדארפט לערנען די ענינים פון קידוש החמה
פארעפענטליכט: שבת אפריל 11, 2009 10:52 pm
דורך אלחנן
ס'קענאך זיין אין חודש ניסן..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 9:27 am
דורך lebediger berel
יא, יא ס'וועט אי"ה נאך זיין טויזענט אין חודש ניסן,
איינס א טאג איז נאך אלץ געווען, מסתמא וועט היינט דער קעפל געטוישט ווערן צו טויזענט, מיט גרויסע שרייעדיגע אותיות,
כ'בין כמעט גערעכט געווען !!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 2:55 pm
דורך lebediger berel
נא, נא, טוישן דאס קעפל,
היסטאריע,
ס'איז
טויזענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:11 pm
דורך lebediger berel
יעצט וועל איך לאזן א צווייטן פרעדיקטן ווען ס'וועט זיין צוויי טויזענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:12 pm
דורך scy4851
lebediger berel האט געשריבן:נא, נא, טוישן דאס קעפל,
היסטאריע,
ס'איז
טויזענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:43 pm
דורך lebediger berel
דערווייל איז עפעס דער פארום נישט ארויף געקומען אויף די אידישע וועלטס היים בלאט, ביי די לעצטע באהאנדלונגען
איך ווייס נישט פארוואס, מיר שרייען דא אין די באהעלטעניש
דאס איז א פראבלעם וואס איז א נושא פאר זיך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:53 pm
דורך איך_הער
לעבעדיגער, היימישע פארברענגען קומט נישט ארויף אויפן הויפט היים בלאט, האסט אפילו געטראכט אז ס'דארף דארט ארויף קומען?
מ'מוז עפעס גראד ווען מ'קומט אריין אויף איי וועלט באמערקן, אז איינער האט יעצט געשריבן איין ווארט/קשיא/האלבע ווארט/געגריסט/געגעסן פרישטאג/סאפער וכו'?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:06 pm
דורך lebediger berel
ס'פלעגט ארויף קומען, איך האב עס דארט געטראפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 6:51 pm
דורך אלחנן
גערעכט, מען האט זעהט אויס געריקט דאס אשכול אין פאברענגן לעצטענס.
א סטעמפל צום 1,000 ניק
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 24, 2009 11:17 am
דורך lebediger berel
יעך וואלט אנגעטראגן אז לכבוד אזא חשוב'ע מאורע ווי טויזענט, זאל מען עס כאטשיק ריקן ערגעץ ווי ס'קומט יא ארויף אויפן הויפט בלאט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 24, 2009 1:15 pm
דורך איך_הער
כ'האלט גראדע אז נישט,
אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות...
ס'איז נאר א משל פארשטייצעך. ווען די טויזענט מעמבער'ס, לייגן ווען צו סחורה, און דא וואלטצעך געטון אויף טישן און אויף בענק, און אויך אז ס'וואלט געווען יוניק מעמבער'ס, ביסטע אפשר גערעכט, אבער אזוי ווי א גרויסע פראצענט דערפון, דרייען זיך שוין ניטאמאל דא, און א שיינע פראצענט איז פלעין דאבל ניק'ס, און א חלק דערפון איז אפילו א בושה אז זיי זענען דא, סאו לאזעס ריען אינעם לעכטיגן פארברענגען.....
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 24, 2009 3:21 pm
דורך לוסטיג
גוט.. גוט.. איכער! האלטעך אוואו דיר דאס מאל..
כהאף נאר אז די מיינסט נישט מיר אויף די לעצטע קאטעגאריע וואס האסטו אראפגעברענגט....
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 24, 2009 3:29 pm
דורך אלחנן
דער שמש שרייט אריין אין מקוה משוגענער גייט ארויס...
רופט זיך יענער אן פארואס שיקסטו מיר ארויס??
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 11:48 am
דורך איך_הער
לוסטיג, חלילה, כ'מיין נאר דעי וואס זיי מיינען אז איך מיין זיי...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 2:06 pm
דורך lebediger berel
כ'האף אז לוסטיג איז נישט איכער'ס דאבל ניק און ער האלט ווי אים.
סיי וויאזוי, איז דא א וועג צו וויסן וויפיל אקטיווע מעמבערס מיר האבן ?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 2:15 pm
דורך איך_הער
לעבעדיגער, גענאר א קוק וועכע מעמבער'ס ס'שרייבן דא.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 2:23 pm
דורך קאקאש קעיק
ער מיינט לכאורה צו פרעגן אויב ס'איז דא א וועג צו וויסן צו מ'שרייבט מיט מער ווי איין ניק.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 4:07 pm
דורך איך_הער
נעבאדע קעמעניש, למשל ווען דו ביסט ווען לעבעדיגער בערל, פון וואו זאל איך דאס וויסן?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 4:11 pm
דורך lebediger berel
נא, נישט פארשטאנען,
כ'האב געמיינט צו פרעגן צו מ'קען אויטאמאטיש מאכן א סך הכל וויפיל אקטיווע מעמבערס ס'זענען דא און וויפיל האבן שוין לאנג נישט אדער גארנישט געשריבן, אז איך קען זיך נעמען קוקן יעדנס הודעות דאס ווייס איך אויך.
איך האלט אז ס'לוינט זיך נישט צו האבן צוויי לעבעדיגע ניקס ווייל מ'באקומט נישט דעם "שר" וואס מ'וויל.
איך גלייב אז ווער ס'האט נאך א ניק נוצט דאס נאר אמאל אמאל געווענליך מ'זאל זען אז נאך איינער האלט ווי ער, אבער נישט בקביעות, און דאס זענען די "פארשלאפענע צעלן" וד"ל
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 4:19 pm
דורך שמערי בערי
איך_הער האט געשריבן:א שיינע פראצענט איז פלעין דאבל ניק'ס...
און א חלק דערפון איז אפילו א בושה אז זיי זענען דא....
כ'האב מורא אז ס'איז תלוי הא בהא..., ס'איז א אנגעווייטאגטע נקודה וואס באדערט מיר שוין לאנג, און טייל פון די סיבה פון מיין זעלטענערע אנוועזנהייט דאהי...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 6:10 pm
דורך lebediger berel
עה, שמערי זיי דיך מודה, ביזט צו פארנומען צו מאכן געלט האסט נישט קיין צייט אהער צוקומען .

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 6:11 pm
דורך חוקר
לאמער האפן