גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 3:46 pm
תענית אסתר איבער 900!!!איך ווייס נישט צו ס'באלאנגט דא (אויב נישט זאלן עס די חשובע מנהלים רוקן ווי ספאסט זיך)
אזוי ווי מיר האלטן שוין איבער 600 באנוצער \ מעמבערס
וויל איך דא ווידמען אפאר ווערטער יעדן צו ווינטשן שלום עליכם, א ברוך הבא פאר די נייע חברים
און א שכח פאר אלע חשובע מיטגלידער סיי די אלטע און סיי די נייע
בפרט א שכח פאר די אקטיווע חברים וואס זיי פארעמען אויס די שיינקייט פונעם פלאץ
ספעציעל א שכח פאר די חשובע אחראים וואס זענען עומדים על משמרתם מיטן ווידמען פון זייער צייט פארן ציבור, סיי ביודעים (וואס יעדער זעהט זייער ארבייט) און סיי בלא יודעים (הינטער די קוליסן וואס ביודעי ומכירי קא אמינא)
ועליהם א ספעציעלן שכח פאר די געטרייע איבערגעגעבענע מנהלים ומייסדים, וואס שבחם מי ימלל, אן זיי וואלטן מיר קיינמאל דא נישט געהאלטן, זיי זענען די וואס האבן ערמעגליכט אזא ריין מקום וואס אין דוגמתו, נקי מחשש לשה"ר פאליטיק וכו' וכו'
ואחרון אחרון חביב דער מנהל גשמי ארענדער יר"ה
איך וויל נישט מאריך זיין אבער שכח מוז מען זאגן
נ.ב. ס'איז כדי צו באמערקן אז א דריטל פון די חבירים זענען צוגעקומען זייטן מופן צום נייעם שטעטל
תענית אסתר איבער 900!!!
לעצט פאראכטן דורך
thefact אום מאנטאג מרץ 09, 2009 2:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 3:49 pm
אויב אזוי קענסטו רעכענען צו 650. ווייל איך און נאך א היבשע פאר ניקים פארמאגן בלויז 'איין ניק', אפילו זינטן מופן...
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 3:58 pm
איך ווייס טאקע נישט ווי ס'באלאנגט די אשכול פון "די פאקט" אבער מיין תגובה באלאנגט זיכער איינס אינטער "די פאקט'ס".
אסאך מאל איז שוין געשריבן געווארן, די געטריישאפט פון אונזערע מנהלים, אחראים, אדמיניסטראטר... אבער איין זאך פון וואס קיינער רעדט נישט, איז די פאקט אז "די פאקט" גיבט אוועק אזויפיל פון זיין טייערע צייט ארויסצוהעלפן יעדן איינעם דא אין קרעטשמע, בפרטיות, און בכלליות, און ווי ער אליין שרייבט:
סיי ביודעים (וואס יעדער זעהט זייער ארבייט) און סיי בלא יודעים (הינטער די קוליסן וואס ביודעי ומכירי קא אמינא)
זאל דער אייבערשטער עם שענקען פון אלעם וואס ער דארף.
און א מזל טוב פאר די היימישע קרעטשמע , פארן דערגרייכן דעם היסטארישען צופער פון 600 מיטגלידער.
די מעלות פון דעם פלאץ דארף איך פאר קיינעם נישט פארציילן, אבער א ברכה צו ווינטשען וועל איך מיך נישט צוריקהאלטן, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין אנצוגיין ווייטער על טהרות הקודש אן קיין שום שטערונגען, און מיר זאלן גיין קעגן גואל צדק, בב"א
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 4:46 pm
יא יא !!! אזא ארבעט וואס ס'ליגט דא קען מען נישט באשרייבן, אזויפיל מאל בין איך שוין געהאלפן געווארן מיט פארשידענע ענינים
זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז די אלע אחראים זאלן טאקע מצליח זיין אין אלעס וואס זיי טיען (נא ש"ץ מאץ ווי אזוי ענדיגט מען די ברכה?)
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 4:54 pm
גם אני מצטרף צו די זאכן וואס וויכטיג מאכער שרייבט דאס איז די סיבה פארוואס איך בין דא אריינגעקומען זעהנדיג די געשמאקע רואיגע אטמאספערע וואס הערשט דא מיט אהבה ואחדות צווישן אלע מיטגלידעראהן קיין זייטיגע שטותים.
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 5:58 pm
איין אזאך באדערט מיך, עס איז דא אסאך ניקס וואס האבען נאכקיינמאל נישט געריבען קיין איין ווארט, פארוואס דארף מען אויפהאלטען די ניק'ס, זאלען די מנהלים אויסמעקען כדי א צווייטער זאל כאטש קענען ניצען די נאמען
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 6:30 pm
א שמועס צווישן מיר און וויכי
א שמועס צווישן מיר און וויכי האט געשריבן:וויכי: 600!!!
די פאקט: יא שכ'ח, ב"ה מיר וואקסן שנעל!!!
וויכי: נישט אזוי זיכער, ווער זענען די אלע נייע ניקס?, אלטע צו נייע?
די פאקט: רוב נייע
וויכי: פון ווי ווייסטע?
די פאקט: מ'זעהט אסאך נייע שרייבערס, לייק נעווער ביפאר
וויכי: אמת, אבער זארעך האט גוט געשריבן
די פאקט: מענטשן רעדן פון אידישע וועלט מער און מער
וויכי: קען זיין?
די פאקט: איך הער רעדען אין בית מדרש, אין געשעפט, איבעראל
וויכי: אמת
די פאקט: איך אליין האב שוין אריינגעברענגט צענדליגער נייע מעמבערס
וויכי: אהא
די פאקט: איך מעג לייגן אונזער שמועס אין קרעטשמע
וויכי: ווי
די פאקט: אין די אשכול פון 600!!!
וויכי: פארוואס נישט
די פאקט: זייער גוט
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 11:37 pm
מזל טוב מזל טוב, לאמיר זיך קלאפן אין רוקן
OUCH!
פרייטאג נובמבר 14, 2008 1:36 am
זל טוב היימישע קרעטשמע! מיינע אימפרעשאנס פון דיר זענען אומבאגרייפליך!
שבת נובמבר 15, 2008 10:38 pm
כאב אויך שטארק הנאה דא זאלעס מאריך ימים זיין
שמערי ווי די ''מ'' פון מזל
דינסטאג נובמבר 18, 2008 2:05 pm
קרעמער, איך האב דיך געבעטן זאלסט נישט שרייען ווען דו וועס כאפן דעם זעץ, האסט דעך נישט געקענט איינהאלטן, הא? עניוועי, עס זענען נישט דא די ווערטער ארויסצוברענגן די טיפע אימפרעשנס וואס זענען באהאלטן אין איטליכן מעמבער, איז וויאזוי זאגט מיין פעטער? יהי רצון כאילו...
מיטוואך נובמבר 19, 2008 12:11 am
אימפרעשענס,600, מזל טוב, עס ווירבלט מיר געדאנקען, די צייט איז נישט דא יעצט דערפאר אבער פטור בלא טוטער אי-אפשי.
מזל טוב היימישע קרעטשמע, מזל טוב אידישע וועלט, מזל טוב בעוה"ז ומזל טוב בעוה"ב, א פלאץ וואס איז באמת א מוסטער פון ערליכקייט און היימישקייט, יעלה ויצמח כגן רטוב!
דינסטאג דצמבר 23, 2008 2:59 pm
היינט האט ב"ה דער אידישער וועלט געשלאסן איר 700'סטער דיל מיט איר 700'סטער מעמבער אין בלויז 40 טעג איז זי געשטיגן מיט 100 נייע מעמבערס, כה לחי
דינסטאג דצמבר 23, 2008 3:04 pm
א בילד פון די היסטארישע נומער
- עטעטשמענטס
-

- 1.JPG (3.59 KiB) געזעהן געווארן 1031 מאל
דינסטאג דצמבר 23, 2008 3:14 pm
מזל טוב, אלעס לכבוד חנוכה!
דינסטאג דצמבר 23, 2008 3:33 pm
בן בוזי האט געשריבן:היינט האט ב"ה דער אידישער וועלט געשלאסן איר 700'סטער דיל מיט איר 700'סטער מעמבער אין בלויז 40 טעג איז זי געשטיגן מיט 100 נייע מעמבערס, כה לחי
מעמבערס...?!? ניקים...
דינסטאג דצמבר 23, 2008 3:34 pm
שוין באלד דא כמנין שב"ת
מיטוואך דצמבר 24, 2008 1:47 pm
אומגלויבליך!!! אבער א פאקט!!! פארגאנגענעם דאנערשטיג פרשת וירא האמיר געהאלטן ביי 600 איינגעשריבענע מעמבער'ס
און יעצט קוים זעקס וואכן שפעטער מיטוואך מקץ האלטן מיר שוין ביי איבער 700!!! איינגעשריבענע מעמבער'ס
מיטוואך דצמבר 24, 2008 2:20 pm
די פאקט
פארדעם האסטו מיך געקאלט פרעגן אויסצירעכענען ווען נאוועמבער 13 איז געווען אין די אידישע דעיט?
סוואלט טאקע געווען א מוראדיגע זאך אז אנשטאט די ענגלישע דאטום זאל שטיין די יודישע דאטום ווען מען האט געשריבען די תגובה און מען זאל קענען אנשטעלן צי מען וויל זען די יום החודש אדער די יום הפרשה
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 1:33 am
מזל טוב מזל טוב
היינט מיטוואך מקץ תשס"ט איז די צאל איינגעשריבענע באנוצער אין אידישע וועלט אנגעקומען צו 700
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 10:57 am
ברוכים תהיו גם אני מצטרף צו די גרויסע שמחה
איך האב מיר שוין ב"ה איינגעהאנדלט די אידישע שפראך
איצטערט ברויך איך זיך איינהאנדלן די קרעטשמע שפראך אפשר ווייסט איינער ווי מען קען עס איינהאנדלען
ביי די וועי איך האב געכאפט מיין פלאץ דארט הארט נעבן די טרעפ צו די צווייטע שטאק וואס מען האלט אינמיטן צובויען צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור
אויך בעט מען אז ווילאנג מעען בויט זאלן דיא אינגע חברה האבן גדרך ארץ פאר די אלט געסעזענע אין איבערגעבן די פלאצער
אין אויך ביים טיילן משקה זאלן זיי זיין אזוי גיט אין זיך רעכענעכ מיט דט עלטערע
נ.ב. אויב איינער ווייסט פארוואס מיין באלעבבאאת האט מיך היינט אריינגערופן אין ארבעט זאל זיך פארבינדן צו מיר אין אישית (וואס מיינט עס?....)
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 11:00 am
נישט שלעכט בעילאוט, האסט כמעט ארויס דעם שפראך, די ספעלינג דארף נאר א שטיקל תיקון.
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 1:20 pm
אישית מיינט די פריוואטע פאסט קעסטל וואס יעדער מיטגליד פארמאגט.
אויב דו ווילסט איינעם שיקן אן אישית, קליק אויף די קעסטל אונטער זיין ניק וואס פארמאגט א בילד פון א קעפעלע מיט די ווארט "פרטי" דערנעבן.
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 1:22 pm
און איך האב געמיינט אז ער פרעגט "וואס מיינט עס" פארוואס זיין בעל הבית האט אים געהייסן אריינקומען.........
דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 1:37 pm
קרעמער בין איך שוין איינוועגס אינפארמירט געווארן, אז די מאטשעניא דארט איז א בילד פון א קעפעלע, ווילסט אזוי זאל זיין אזוי.