Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

געטס א פרעג דעם זשיעבס.....

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:52 pm

איך האב נישט קיין אנונג ווער דער 'זשיעבס' איז וועלכער האט זיך מיטאמאל דא אריינגערוקט אינעם קרעטשמע, און מאכט זיך באקוועם.

דאס אז 'גוגל' און 'יהאו' האבן דא געקויפט חלקה'ס האב איך שוין אראפגעשלינגען, אז מ'קען נישט קויפן סטאקס קופט מען חלקה'ס, מסכים אבער יעצט זעה איך א נייער סוירטש-ענזשין' (עפעס א קרוב מיט 'פייער-ענדשין'?) וועלכער האט געמאכט אן עמערזשענסי לענדונג ביינונז אין דארף, ער רופט זיך בל' המדינה ASK JEEVES און בל' האינטערנעט סתם ASK ווי איינער שרייעט 'שאל בני שאל', פרעג מיין קינד פרעג.

גיי ווייס ווי 'זשיעבס' קומט דארט אריין.....

Advertisement

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:58 pm

א בילד פונעם לאנדונג פון 'זשיעבס' מיט להבחל"ח גוגל'ען' צווישן ר' שמחה און וויכטיג מאכער, זאג וויכי האסט געהאט אנגעצינדען דיינע בליצערס?
עטעטשמענטס
Doc1.jpg

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 12:51 pm

וואס רעדסטו, זיי קומען נאר אריין מיט אן עסקארט פון וויכי'ן.

מיללער, יישר כח פארן שמייכל.

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 2:05 pm

ביי אפערע איז דאס דו אפיציעלע סוירטש ענדזשין, פארשטייט זיך עס טויג אויף כפרות.

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 5:18 pm

זאנווי,

וואס מיינט 'אפערע' און וואס הייסט 'אפיציעלע סוירטש ענזשין'?

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 5:38 pm

מיללער, שמייכלתי...............

כ'פארשטיי נישט צו דעי זאכן, אבער אז איינער בעיט א היטש, פארוואס נישט.

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 11:33 pm

מיללער האט געשריבן:זאנווי,

וואס מיינט 'אפערע' און וואס הייסט 'אפיציעלע סוירטש ענזשין'?

'אפערע' איז א בראזער אוויא אנטערנעט עקספלארער אדער סאפארי אדער נעטסקעיף.

'אפיציעלע סוירטש ענזשין' מיינט דער דיפאלט סירטש מיטל וואס קומט מיטען בראזער.

למשל, ווען מען טוט א סורטש אויף גוגל, איז דער עצם סורטש ווערט געטוהן דורך א סורטש ענדשין
שרייב א תגובה

Advertisement