מיין באזוך ביי יאנאש.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 5:14 pm
שלום וברכה אלע מיינע קאלעגעס אין די היימישע קרעטשמע, אין די טאג טעגליכע געשעענישן, פאסירן אפט זאכן וואס דארף ווען געדעקט ווערן, אבער צוליב די אנגייענדע וויכטיגע טירדות פון דעם טאג, פארגעסט מען דערפון, און העולם כמנהגו נוהג, האביך געקלערט דא ארויסצוברענגן מיין דאנק פאר עמען.
אלזא מיינע טייערע חברים לאמיר אייך נישט אזוי לאנג אויפהאלטן, יענע וואך דער דאיען האט באזוכט אין די שטאט פון דעם געטרייען איבערגעגעבענעם סארווער ערעב יאנאש, און די טלפון פון דעם דאין צוקלונגט זיך, און דער דאיען מיט זיין זיסע שטימע הויבט אויף, אויף דעם אופן פון דעם דאיען'ס פרעגן ווווויאזוי?! האביך שוין פארשטאנען אז דאס איז גאר א שווערע פראגע, און דער דאיען קלערט צו זיך, אריין א מינוט, און ער רופט זיך אן, כ'קען אייך נישט ענפערן אויפ'ן פלאץ, רופט ביטע צוריק אין א 15 מינוט.
דער דאיען רופט זיך מיר אן, שנעל פאר צו צו עפעס א ספרים געשעפט, איך דארף ערגעץ טרעפן א תשובת חתם סופר, ממש דחוף, א איד דארף א תשובה, אבער כ'מוז עס זעהן קלאר אינעווייניג אז כ'זאל זיך קענען פארלאזן דערויף.
כ'שטעל אפ דעם און יענעם, און כ'פרעג זיך נאך אויף א ספרים געשעפט, כ'קום אין ערגעץ נישט אן, קיין סאך חכמות קען מען נישט מאכן, סיז דאך אן עמערדזשענסי, כאפיך מיר ביים קאפ, אזויפיל נישט צו געדענקן?! כ'קלונג אן יאנאש'ן, כ'פרעגט איהם פארסאפעט, כ'ווייס דו קענסט נישט לערנען אבער עפעס ספרים האסטו דאך גאגאנוועט דא דארט, אפשר האסטו א תשובת חתם סופר?!........ יאנאש זאגט כ'מיין כ'ווייס אליינ'ס נישט כ'גיי פרעגן דעם ארענדער, ער איז דאך מיין באלעבאס, זאגיך איהם מאך נישט קיין שהיות וואו האסטו דיין אוצר, דער דאיען וועט שוין אליינ'ס זעהן.
און – אויף דעם האביך זיך נישט גערישט – יאנאש שרייעט אוואדעי, וואט א סורפרייז.
מיט גרויס ערענסקייט קומט דער דאיען ארויף צו יאנאש'נס כאטקע, און ער זוכט אהער און אהין, יאנאש ווי א גאנצער תענית חלום פאקט ארויף און אראפ, אבער יגעת מצאת תאמין, אט האט ער געטראפן דעם תשובת חתם סופר, בעפאר דער דאיען האט עס נאך פארמאכט האט זיך שוין דער טלפון ווידער צוקלונגן, יאנאש געט אהין פאר דעם דאיען זיין בלויע ציין, אז דער דאיען זאל נישט ברויכן האלטן דעם טלפון, און דער דאיען מיט גרויס פרייד האט מתיר געווען דעם ענין, ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט, "נישט קיין שום פראבלעם מ'קען רואיג ווייטער אנגיין מיט'ן פראסעס".
העטיך ווען געווען א יודע ספר וואלטיך געזעהן איבער וואס די שאלה איז געווען, אבער עס קוקט מיר אויס א שאלה אין הלכות תפלה, ס'קוקט אויס אז דער שואל האט געהאלטן ביים דאווענען, ער האט זעט אויס פארגעסן יעלה ויבוא אדער האט ער געזאגט לא לנו ביי הלל, אדער גאר אהבתי, גראדע קלער איך צו מיר אז קען גאר זיין עפעס אנדערש, ווייל די מעשה איז דאך געווען פאריגע וואך און הערשט די וואך איז ר"ח, אבער קען זיין אז סיז דא אזעכע וואס זענען מחמיר מיט א וואך פריער צו האלטן ראש חודש.
דערנאך האט דער דאיען פארבראכט מיט יאנאש'ן פריוואט עטליכע מינוט, דערויף האט יאנאש מכבד געווען דעם דאיען מיט אביסקעלע גאלדען וועדינג, און אביסל לעקאך צו די זייט, א הערליכע שמועס האט זיך פארוויקלט צווישן ביידען איבער די הנהגות פון די קרעטשמע, יאנאש האט געפרעגט שאלעס אין כשרות, א דוגמא פון א שאלה: אסאך מאל מאכט זיך זאגט ער אז יעקב דניאל מישט זיך אריין אין א וואדקע באטעל, און היות סיז דאך א דבר חריף חוץ וואס ס'איז א ראוי' להתכבד, און ווי אויך איז דאך עס א מילתא בטעמא, אפשר זאל עס נישט ווערן בטל בששים, דער דאיען האט ברוב בקיעותו מרחיב געווען אלע צדדים און האט בליץ שנעל ארויפגעברענגט אלע מקורות פון די גמרא ביז נאכ'ן שולחן ערוך, און אזוי געקומען צום ענדגילטיגן פסק, און אזוי נאך עטליכע שאלעס, וואס ס'איז נישט דא דאס פלאץ מאריך צו זיין.
דאן האט יאנאש ארויסבאגלייט דעם דאיען מיט גרויס כבוד און אפשיי (נוסח 'דער שטערן') און אזוי האט זיך געשלאסן נאך א רינגעלע פון חסד אין די קייט פון די קרעטשמע.