Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווי איז דאס רחמנות, מען לאזט נישט שלאפן!!!

זונטאג נובמבר 02, 2008 12:45 am

איך ווייס נישט וואס צו טון, ס'איז שוין אזוי יעדעס יאר, פאראיאר אזוי געווען, פאר צוויי יאר, און אזוי אלע יארן, און איך קען דאס גארנישט פארשטיין... ווי האט מען נישט אביסל רחמנות, א טראפעלע מיטגעפיל? איך ווייס נישט צו איז דאס אנטיסעמיטיזם, אדער גאר אנטי-אמעריקאניזם, אדער בכלל אן אלגעמיינער אנטי-הומאניזם. וואס דארף דאס צו מיינען?

למעשה בין איך פאראיאר זיכער געווען אז ביז היי-יאר וועט זיך שוין דאס געזעץ טוישן, איך האב נישט געקענט אנדערש טראכטן. צו זענען טאקע די געזעצגעבער אזוי דום? איך ווייס נישט צו דאס קומט פון דומקייט אדער פשוט פון אכזריות, פון בארבאריזם, און א גרויסער מאס אומדערבארעמדיגקייט צו מענטשן, פון זיך איבערהויפט נישט רעכענען מיט מענטשנס געפילן. עס וואלט זיך באמת נישט געגלייבט אזוינס אויף אונזער "מלכות של חסד". אבער וואס זאל איך אייך זאגן? דאס איז דאך בפירוש געשטאנען אין צייטונג, און נישט נאר אין איין צייטונג נאר אין אלע פראמינענטע צייטונגען. איך וואלט עס נישט געגלייבט ווען איך זעה עס נישט אליין. איך האב מיר געריבן די אויגן (פון מידקייט..) אבער ווייזט אויס אז איך האב קיין טעות נישט געהאט, עס איז למעשה אזוי. דאס געזעץ האלט דערווייל נישט ביים געטוישט ווערן, כאטש איר קענט דאס באטראכטן אלס פרימיטיוו, רחמנות-לאז, און ווילד.

אין אלע צייטונגען זענען יעצט געווען געשריבן אז מוצ"ש ריקט מען דעם זייגער צוויי אזייגער ביינאכט (!!) צוריק צו איינס אזייגער. זעענדיג דאס איז מיר פשוט ווי פינסטער געווארן פאר די אויגן, איך האב שוין געפילט די מידקייט אין אלע ביינער. ווי קען איך דען אויפשטיין צוויי אזייגער אינמיטן די נאכט אויף צו ריקן דעם זייגער? עס הערט זיך מיר ממש ווי עפעס אן אנטיסעמיטיש געזעץ. הערשט ווייס איך נישט וואס איך וועל טון אויב דאך איך וועל פארשלאפן די צייט און איך וועל מיך אויפכאפן נאכדעם. וואס וועל איך דאן טון? צו וועל איך צוליב דעם מוזן בלייבן מיט א צוריקגעבליבענעם זייגער ביז איבעראיאר?

ווי זענען אלע מענטשן-רעכט גרופעס? שטייט אויף און מאכט א געוואלד! ווי קען מען דאס צולאזן אזא צוגאנג צו מענטשן? אז מען קען שוין יא פארדינען א שעה אין אזא נאכט מוז דאס – למען השם – ווערן צוגערויבט דערמיט וואס מען דארף אויפשטיין אדער אויפבלייבן (אזוי-ווי איך טו נעבעך יעצט, מורא האבנדיג צו פארשלאפן דעם גורלדיגן מינוט) אויף צו קענען ריקן דעם זייגער אום צוויי אזייגער?

צו קען מיר איינער באמת מסביר זיין פשט דערין, וואס דארף דאס צו מיינען אז פונקט "צוויי אזייגער" דארף מען ריקן דעם זייגער? א מין משוגעת...

Advertisement

זונטאג נובמבר 02, 2008 1:25 am

ידי, ברויכסטו טון ווי איך האב באקומען היינט אין א טעקסט מעסעדזש,

רוק נישט דעם זייגער היינט באנאכט, נאר ווארט ביז מארגען צופרי ווען די שטייסט אויף, דאן געב א ריק דעם זייגער און פאק דיך צוריק אויף די אנדערע זייט, קיין געשמאקערס פון דעם איז נישט דא.

זונטאג נובמבר 02, 2008 9:59 am

באמת דו סיבה פארוואס מען ריקט עס צוויי אזייגער, ווייל דעמאלטס שלאפן רוב מענטשען האט עס נישט קיין גרויסע עפעקט.

וועלעכע צייט וואלסטו גענומען וואס זאל האבן א קלענערע עפעקט?

קוק ער איז טאקע אויפגעשטאנען
עטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (5.31 KiB) געזעהן געווארן 320 מאל

זונטאג נובמבר 02, 2008 10:18 am

איך האב דאך געשריבן דאס אויבן:

מען דארף אויפשטיין אדער אויפבלייבן (אזוי-ווי איך טו נעבעך יעצט, מורא האבנדיג צו פארשלאפן דעם גורלדיגן מינוט)....


אגב, ווי עס קוקט מיר אויס איז דער בעל-הקרעטשמע טאקע פארשלאפן, און דער זייגער איז גאר נישט געריקט געווארן. עס איז לכאורה גאנץ אן ערנסטער פראבלעם, ווייל ער האט איינפאך פארשפעטיגט דעם באהן.

זונטאג נובמבר 02, 2008 11:14 am

:lol: לאכטי ולאכטי :lol:

קענסט דאך יא! אפשר טאמבעלסטו עפעס אריין אויך אינעם קרעטשמע, עפעס זאפטיגס.

און אז דו זוכסט באמת אן עצה צום פראבלעם, קויף דיר א פייפערל, און פייף אן דעם געזעץ ביז צום צעזעצט ווערן... ריק נישט דעם זייגער, און אויסגעשפילט דעם סיסטעם, וואסי? וועסט אנקומען צו פרי אין די ארבעט? נו, נישט געפערליך, פאר דעם האמיר דאך דעם קרעטשמע ווי צו פארברענגען דערוויילע...

זונטאג נובמבר 02, 2008 11:23 am

יידישיסט, פיין אראפגעלייגט דיין פראבלעם, ווען יעדער זאל ווען טון דאס וואס דו האסט געטון אין די צייט ווארטענדיג אויף 1:59, וואלטן מיר געשטאנען בעסער.

זונטאג נובמבר 02, 2008 12:41 pm

יידישיסט האט געשריבן:
אגב, ווי עס קוקט מיר אויס איז דער בעל-הקרעטשמע טאקע פארשלאפן, און דער זייגער איז גאר נישט געריקט געווארן. עס איז לכאורה גאנץ אן ערנסטער פראבלעם, ווייל ער האט איינפאך פארשפעטיגט דעם באהן
.


הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה, איךבין נאר א קליינראגיקע מעמבער דא וואס מ'האט מיר צוגעקלעבט דעם טיטול אחראי, און ס'איז בכלל נישט בידי צו רוקן דעם אלגעמיינעם קרעטשמע זייגער.

זונטאג נובמבר 02, 2008 1:50 pm

ווער זאגט דאס מען האט אייך געמיינט? אויפ'ן גנב ברענט דאס היטל! הא, פארשלאפן?

זונטאג נובמבר 02, 2008 7:30 pm

הרב ידושיסט
ווען איינער בלייבט אויף ביז צוויי אזייגער צי ריקען דעם זייגער אויף צירוקצירוועגס, און דער נאך לייגט ער זיך און בעט
און קען נישט איינשלאפען, ביז עס קומט נאכאמאל צוויי אזייגער.
וואס דארף ער יעצט טוהן?
דארף ער נאכאמאל רוקען?

בדידי הוה עובדא און האב פשוט נישט געוויסט וואס צי טוהן....

זונטאג נובמבר 02, 2008 7:46 pm

הערליכע ארטיקל פון א שרייבער וואס האט אונז שוין איבערצייגט אין אנדערע פורומים אז ער איז נישט נאך א איד מיט א פעדער אין האנט.

זונטאג נובמבר 02, 2008 8:39 pm

שכויח יידישיסט, מיט דיין פעדעריסטישער ווערק האסטו אונז געמאכט פאר לאכיסטן...

ווי וואנט מאר! שרייען די משיחיסטן...

זונטאג נובמבר 02, 2008 10:13 pm

יידישיסט, כאנישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך, און אין אמת'ן אריין, פון ווי זאלעך טאקע וויסן? האסטו אונז דען דאס געלאזט וויסן ביז יעצט? אבער יעצט אז מיר ווייסן שוין יא, האבן מיר שוין די חוצפה צו פארלאנגען אונז צו מהנה זיין מער און מער.

א גרויסן יישר כח.

זונטאג נובמבר 02, 2008 10:50 pm

מיר ליגט אין קאפ אז מען האט שוין גערעדט דערפון בין כותלי הקרעטשמע.

חלום איך?

מאנטאג נובמבר 03, 2008 12:56 pm

קען זיין, ווען האסטו זיך געלייגט, פאר צווייע אדער נאך צווייע...

יידישיסט, האסט מיר געמאכט לאכן, יישר כח.

מאנטאג נובמבר 03, 2008 3:13 pm

הערט א טשיקאוועס, נעכטן ביינאכט פאר'ן זיך לייגן האב איך א קוק געטון אויף מיין זייגער, און באמערקט אז איך האב אייגנטליך גאר פארגעסן צו ריקן דעם זייגער, ווייזט אויס אז צוליב "געוויסע טרדות" האב איך למעשה פארגעסן דערפון....

מאנטאג נובמבר 03, 2008 9:42 pm

אייטש, אריין אין דורכקוועלער אשכול (קרעדיט: מאשקע)

דינסטאג נובמבר 04, 2008 12:03 pm

יידישיסט האט געשריבן:הערט א טשיקאוועס, נעכטן ביינאכט פאר'ן זיך לייגן האב איך א קוק געטון אויף מיין זייגער, און באמערקט אז איך האב אייגנטליך גאר פארגעסן צו ריקן דעם זייגער, ווייזט אויס אז צוליב "געוויסע טרדות" האב איך למעשה פארגעסן דערפון....

זיצט מען נאך א שעה אין קרעטשמע

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:46 pm

אגב, אז מען רעדט שוין פון ריקן דעם זייגער, צו האט איינער אמאל געקלערט: וויאזוי ריקט מען דעם זייגער אויפ'ן ביג-בען טורם?

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:48 pm

און שטערן איז אמאל געווען א בשרייבונג דערוועגן.

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:57 pm

יא נישט לאנג צוריק

מיטוואך נובמבר 05, 2008 3:15 pm

אין לאנדאן רוקט מען בכלל די זייגער?

מיטוואך נובמבר 05, 2008 4:44 pm

אויף צוריק ריקט מען יא, אויף פאראויס נישט :?

איך האב עס אויך נאר געזאגט.... סתם אזוי
איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי

זונטאג נובמבר 09, 2008 3:20 pm

יידי, איך האב געלאכט א גוטס, די קשיא איז מיר שוין לאנג קשה.
שרייב א תגובה

Advertisement