בלאט 1 פון 127

מנינים לשחרית, מנחה, מעריב

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 10:41 am
דורך סאכדעס
עס שטעלט זיך איצט א מנין שחרית, דא אין חדר חיים חייקל.

נו קומטס אריין, מ'דארף נאך א זיבעטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 10:43 am
דורך פענסטער
איך קום שוין געמיר א מינוט צוויי, איך דארף קודם ענדיגן מיין סענדוויטש.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 10:47 am
דורך 3x0
איך האב שוין געדאווענט היינט, קענסט מיר איבער מצטרף זיין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 11:08 am
דורך סאכדעס
אה אוקיי נו איך האלט שוין באלד ביי ברכו, שנעלער, נו אויוויי קיין פושקעס איז נישט דא דא נו ואתה מושל בכל, ווער וויל נעמען.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 12:23 pm
דורך יאנאש
נא ווי האלט מען קען מען זיך נאך מיטכאפן?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 1:35 pm
דורך סאכדעס
מ'האמיר איצט גענדיגט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 1:36 pm
דורך איך_הער
ווען שטעלט מען זיך מנחה?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 1:42 pm
דורך סאכדעס
אה נאך אסאך צייט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 22, 2006 7:58 am
דורך cano
אפשר קען מען מאכען נאך א מנין ווילאנג איך בין נאך דא?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 22, 2006 10:37 am
דורך יאנאש
יעצט שטעלט מען זיך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 22, 2006 7:06 pm
דורך shtilerheit
נו! יעלה ויבא!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 12:01 am
דורך איך_הער
ער האט שוין איבערגעדאווענט מנחה אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 9:51 am
דורך סאכדעס
נו רבותי, אראפלייגן די קאווע מיט די לעקאך, גיימיר אין מקוה אריין, (ווער עס וויל קען אנטוהן די זאקן פאר חחכאחחא) און ביז עטליכע מינוט שטעלט מען זיך מיט א התלהבות דקדושה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 7:46 pm
דורך cano
אקעי ברכו נפשי. ני א צווייטער צי מנין. קים אריין נו א צווייטער משלים צי זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 8:18 pm
דורך איך_הער
קנאי, פארגעס נישט צו דאווענען צוויי שמונה עשרה'ס אנשטאט נעכטן מעריב.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 8:19 pm
דורך פענסטער
דא פירט מען זיך צו דאווענען שחרית אינדערפרי, אדער אנפאנג נאכמיטאג אויב מ'איז פארשלאפן, אבער נישט ביינאכט. אקעי?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 8:19 pm
דורך יאנאש
העי העי איטס עי פרי קאנטרי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 8:31 pm
דורך cano
איך ווייס נישט גרויזאמער זאגט עפעס אז מיר זענען אויף די לבנה איז איוי מיידעך און אויסטראליע וואס איז אזויפיל אוין אזוי פיל מייל אוועק פון דא דאווענט מען שחרית ווען מען דאווענט דא מנחה עאכו"כ ק"ו בבשק"ו אז אויף די לבנה וואס איז דאך סך מער מיילען אוועק פון דא
און יעצט צי איך הער איך האב נעכטען געדאווענט מעריב טאקע נישט מיט מנין אבער איך האב געכאפט א שמו"ע כין כסא לעשור (צווישען ניינע און צענע)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 8:39 pm
דורך איך_הער
ווי לאנג דו דאווענסט טראכט אריין עפעס א גוטן תירוץ, ווי אזוי האט געהייסן דער טאטע פון קל וחומר, ווי אזוי דער זיידע האט געהייסן ווייסן מיר דאך, ער הייסט דאך נאך אים, אבער דער טאטע, ווי אזוי האט ער זיך גערופן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 9:16 pm
דורך שוועמל
ווער עס ענטפערט איך-הער'ס קאשע, זאל ביטע ענטפערן אויך אויף דעם:

וואס האט 'כלזסזא' מיט ניינע?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 9:19 pm
דורך cano
דער וועלט זאגט א ווערטעל אז משעון איז דינסטוג ווייל ביי די שמו"ע שטייט עס פאר מיטוואך . האסטו שוין געהערט דערפון אמאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 9:27 pm
דורך שוועמל
ניין .

זיי מסביר

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 25, 2006 11:32 am
דורך סאכדעס
קענאוי זיי זיך מסביר אביסל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 25, 2006 11:52 am
דורך יאנאש
זאגט מיר אז עטס ווילטסט נאר קראנק מאכן קנאי, אבער באמת פארשטייט איר יא.

ביי שמו"ע אין די ברכה על הצדיקים ענדיגט מען צו 'משען ומבטח לצדיקים' נא איז דאך פשוט, מען וויל זאגן 'דינסטאג און מיטוואך' אויף לשון קודש זאגט מען 'משען ומבטח'.

קומט אויס (דא דרייט מיט די פינגער) אז משען איז דינסטאג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 25, 2006 3:58 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:ווי לאנג דו דאווענסט טראכט אריין עפעס א גוטן תירוץ, ווי אזוי האט געהייסן דער טאטע פון קל וחומר, ווי אזוי דער זיידע האט געהייסן ווייסן מיר דאך, ער הייסט דאך נאך אים, אבער דער טאטע, ווי אזוי האט ער זיך גערופן?


יישר כח פארן שמייכל, עס איז א גוט ווארט וואס איך האב נאכנישט געהערט.