Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך אוקטובר 25, 2006 4:31 pm

חחחחחחחחחחחחח יאנאש/קנאי, אז ס'גוט אז ס'גוט, כאב מורא אז קנאי האט געגעבן פאר א בדחן זיין ניק, אדער זענען זיינע טאלאנטן געווען פארמאכט ביז היינט.

נו רבותי, דער לעצטער מנין שחרית היינט שטעלט זיך ביז פינף מינוט שארף, אונטער א האלבע שעה זעמיר פארטיג, ווער ס'פארבלייבט, קען דאווענען דריי מעריב'ס.

Advertisement

מיטוואך אוקטובר 25, 2006 9:57 pm

סאכדעס, ווי איז אביסל משקה נאכן דאווענען?

מיטוואך אוקטובר 25, 2006 10:40 pm

קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:ווי לאנג דו דאווענסט טראכט אריין עפעס א גוטן תירוץ, ווי אזוי האט געהייסן דער טאטע פון קל וחומר, ווי אזוי דער זיידע האט געהייסן ווייסן מיר דאך, ער הייסט דאך נאך אים, אבער דער טאטע, ווי אזוי האט ער זיך גערופן?


יישר כח פארן שמייכל, עס איז א גוט ווארט וואס איך האב נאכנישט געהערט.

לכאורה האט עס נאך קיינער נישט געהערט אויסער פאר די פאר וואס איך האב עס געזאגט פערזענליך, ס'איז מיר נישט לאנג צוריק בייגעפאלן די קשיא, אבער קיין תירוץ האסטו מיר נאך נישט געגעבן, ( הגם א שמייכל איז אויך עפעס )מיט אלע דיינע חידושים און קונטרסים מעגסטו מיר ווען אויסגעפונען עפעס א גוטס.

מיטוואך אוקטובר 25, 2006 10:50 pm

איך וויל ח"ו נישט אוועק נעמען דער קרעדיט אבער איך טראכט אז איך האב שוין אמאל געהערט די קשיא

מיטוואך אוקטובר 25, 2006 10:51 pm

איך וועל מוזן טראכטן פארוועם איך האב עס אלץ געזאגט צו געוואר ווערן ווער דו ביסט, איי עם דזשאסט קידינג אלעס קען זיין און אויב ס'איז אזוי צוה איך צוריק.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 12:10 am

איך וועל דיר ענטפערן מיט א גוטס וואס איך האב געהערט נעכטן נאכט (ארום 3 אזייגער פארטאגס, פון א קאלעגע וואלונטיר אין שפיטאל. אוי האבן מיר פיין פארבראכט דורכאויס די נאכט, נישט פארמאכט קיין אויג פון עלף ביז ביז קרוב צום עלות..):

מדרש פליאה: חייב אדם לבסומי בפוריא, חייב אדם בכבוד חמיו, היאך יתקיימו שניהם, אלא זה לכבדו ולענגו וזה להוממו ולאבדו...

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 4:34 pm

אה ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהכל נהי' בדברו,

א געשמאק גלעזל וואדקע.

יאנאש לייג מיר צוזאם מיין טלית פליז.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 4:38 pm

וואסערע וואדקע איז עס?

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 4:40 pm

גאר א ספעציעלע. די באטל איז שוין אין מיסט קאסטן סיהאט אזעכע זילבערנע - בלויע אויתיות. מער א פלאטשיק באטל.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 10:34 pm

מ'טרעפט דא דעם עולם נאר ביי שחרית, א יעדן נאכמיטאג, ווי איז דער עולם ביי מנחה מעריב?

פרייטאג אוקטובר 27, 2006 12:05 pm

עה קודם וויליך מודיע זיין אז מ'שטעל מיר זיך שוין דער ערשטער מנין שחרית, היינט איז פרייטאג, סיז נישט קיין חכמות.

איכער; ליסטן די מי, דער עולם דאוונט געווענדליך אין שטאט מנחה מעריב, כ'מיין אז דו ווייסט אז כיץ חיים חייקל מיט נחמן נטע איז דער עולם דא מעסיגע ביזנעסלייט.

פרייטאג אוקטובר 27, 2006 12:22 pm

האלסט נאך פאר ברכו?

פרייטאג אוקטובר 27, 2006 1:30 pm

שוין פארפאסט.
כאב שוין יעמאלט געהאלטן נאך הבוחר

פרייטאג אוקטובר 27, 2006 1:43 pm

1:05 שטעלט מען זיך און 1:22 נאך הבוחר, WOW, און מן הסתם איז דאס מיט זאגן פון פארנט, איך וואלט געהאט חשק מיט צו דאווענען מיט דיר, איך זיך אלץ אן עקספרעס בעל תפילה, אבער אז כ'האב פארפאסט וואס קען איך טוהן, כעל פראבירן אן אנדערס מאל.

זונטאג אוקטובר 29, 2006 6:06 pm

היינט האט מען נישט געדאווענט?

זונטאג אוקטובר 29, 2006 6:10 pm

דער וואס פירט אן מיט די מנינים דא איז היינט אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס, סאו לכאו' וועגן דעם איז נישט געווען קיין מנין דא.

מאנטאג אוקטובר 30, 2006 2:35 pm

אה ראבויסיי מיט א התחדשות אזוי ווי נעכטן האמיר נישט געמאכט א מנין, היינט העלמיר באצאלן, שנעל שנעל, לייגט'ס טו"ת, די הלכות קענען מיר שוין, מ'שטעל מיר זיך אין פינף מינוט 2:30 בדיוק נפלא.

מאנטאג אוקטובר 30, 2006 4:58 pm

ממש א חורבן ווען מ'שרייבט זייגערס אין די תגובות, סאכדעס שרייבט 2:35 אז מ'שטעלט זיך בדיוק 2:30.
(קען זיין וועגן דעם האט צוגעלייגט נפלא נאך בדיוק)

דינסטאג אוקטובר 31, 2006 4:35 pm

איך הער, כ'וואלט נישט געזאגט אויף אזא זאך ממש א חורבן, הא?

דינסטאג אוקטובר 31, 2006 6:57 pm

אויב וועגן דעם פארשפעטיגט מען דיין מנין, מיין איך אז מ'קען יא זאגן ממש א חורבן, באט אויב דו ווילסט נישט, איז נישט, איך בין נאכגיביג, א מוותר ווי מ'פלעגט זאגן אלץ קינד.

מיטוואך נובמבר 01, 2006 2:46 pm

נו כ'מיין סיז שוין אבאוט טיים זיך צו שטעלן, פענסטער גיי צו צום עמוד.

מיטוואך נובמבר 01, 2006 3:18 pm

סאכדעס פארוואס קענסטו נישט ווארטן ביז איך קום אן? אלץ מוז איך פארשפעטיגן דיין מנין.

מיטוואך נובמבר 01, 2006 3:20 pm

נא לייג אראפ דעם טעלעפון מען דאווענט דא, יא יא סאכדעס איך רעד צו דיר.

מיטוואך נובמבר 01, 2006 3:21 pm

איך_הער האט געשריבן:סאכדעס פארוואס קענסטו נישט ווארטן ביז איך קום אן? אלץ מוז איך פארשפעטיגן דיין מנין.

אהה דו ביסט געוועהן דער חבוי פריער דא... דו באהאלסט דיך אין קלאזעט צו קענען באשולדיגן סאכדעס, אהה.
לעצט פאראכטן דורך קהל'ס נאר אום מיטוואך נובמבר 01, 2006 3:29 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך נובמבר 01, 2006 3:23 pm

איך בין קיינמאל נישט חבוי, איך באשולדיג סאכדעס'ן פשוט ווייל איך בין מיט אים אויפן טעלעפון כאפסט?
שרייב א תגובה

Advertisement