גריסן און שמועסן
פרייטאג אוקטובר 17, 2008 12:45 pm
שאצי, הארך מיך אויס, עס איז איצט דאס צווייטע טאג כאלעמויד, כ'ווער משוגע פון אזויפיל ארטיקלן, כ'ווער צומישט וואס כאבעך יא געליינט, וואס כאבעך נישט געליינט. טוה מיר א געפעליגקייט, היות דיינע ארטיקלן זענען א חד בדרא, און כ'וויל אלעס לעזען, כ'לעכצע יעדעס וווארט צו טרינקן. אלזא, טוה מיר א גענאדע, און ס'נעקסטע תגובה, יוארעל מיר אריין די לינקים צו דיינע ארטיקלן, פון לעצטע חודש, והכל על מקומו יבוא בפרינטער...
כ'ווייס דאך אז דו וועסט ברוגז זיין אויף מיר, אבער אזוי שטייט אין פסוק, קול בקרעטשמע נשמע, שאצי כותב על כותליה, מאנה להקרא על ידי יושביה, כי רבו מלספור, איך האב געהערט דיין געוויין, איך האב געהערט דיין געשריי, ושבו ארטיקלן לתגובתם...
עניוויי יישר כוח.
Advertisement
פרייטאג אוקטובר 17, 2008 12:49 pm
סאכדעס, קום אהער
דיינע תגובות זענען ווערט אלע געלטער, איך קום נישט אן זיי אלע צו ליינען. העמיר מוזען מאכען א חיפוש אויף סאכדעס' ציגארעטען, און אויסבלאזען איינס נאכען אנדערע.
אנטשולדיגט שאצי פארן זיך אריינמישען, דיינע ווערק זענען מייסטערווערק, איינס אין דער קרעטשמע.
פרייטאג אוקטובר 17, 2008 2:09 pm
סאכדעס נישט קיין יושר צו באמיטשענען שאצל ער זאל דיר דערלאנגן אלע לינקס, און די צייט קען ארויס ארויס ווארפן פון העמעדעל נאך אן ארטיקל, רעדער טו ווי טעקסי זאגט מאך א חיפוש אויף זיין נאמען והכל על מקומו......
שבת אוקטובר 18, 2008 9:49 pm
אלעקסיי האט געשריבן:סאכדעס, קום אהער
דיינע תגובות זענען ווערט אלע געלטער, ...
אלעקסי
תיקון טעות:
זיינע תגובות זענען ווערט אלע
געלעכטעראון צי דיר שאצי זאג איך
קיף דעם קאמינג!
פרייטאג אוקטובר 24, 2008 11:27 am
סוף כל סוף אנגעקומען....,
גלייב מיר איך בין א שטיקל עם הארץ ווען ס'קומט צו שיקן ארטיקלען, איך קען אייין זאך, זיצן ביי מיר אינדערהיים און שרייבן, און ווען דער ארטיקל איז פערטיג גיי איך אריבער צו א קאנעקטינג פלאץ, איך הוק מיך אן און ליפער ארויס די ארטיקל, איך קען נישט און וויל נישט האבן אינטערנעט אידערהיים, ביי די ביזנעס איז בכלל נישטא קיין קאנעקשאן, מוז איך דאס טון אין מיין אייגענע צייט,
וכאן המקום להכריז אז אין די נעקסטע תקופה וועל איך זיין אביסל ביזי, ממילא וועלן די ארטיקלען זיין סלאו...., אבער איך וועל ענק נישט פארלאזן,
סאכדעס, צו מאכן א שנעלע קיצור בערך וואס איך האב געשריבן אין די לעצטע חודש, לויט מיין זכרון איז ווי פאלגענדן,
א ש"ץ ימים נוראים,
א ש"ץ יום כיפור,
טאג ביך פון הארדוועיר סטאר,
טאג ביך פון ד' מינים סוחר,
א גוטע דירה,
וואס טוט זיך ווען דער גאסט גייט אוועק?,
ועוד ועוד,
א באזינדערע יש"כ פאר די שכוח'ס, און די חיזוק ווערטער פון אלע מגיבים,
זונטאג אוקטובר 26, 2008 11:16 am
און אז סאכדעס וויל נישט עבעך מוזן נישטערן אין אייגענעם זכרון.
עפעס בורא פרי הסטקאטש טעיפ
בלויע ציינדל
דשאנק לעידל
און עפעס אזוי ווי: שאצי קום אהער...
מיטוואך אוקטובר 29, 2008 10:04 pm
שאצי, מיין פרייד איז אוימגעהויער גרויס.
יישר כוח, כ'וועל זיך נעמען צו דיינע ארטיקלן האפנטליך אין די נאנטע טעג./