בלאט 1 פון 1

מפתח הקאמפלימענטן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 2:59 pm
דורך גרויזאמער
נאכן ענדיגן ליינען א מעכטיגע ארטיקל אינעם קרעטשמע (צוליב טעכנישע סיבות וועל איך "נישט" שרייבן וועלכע, ואתכם השליחות), האב איך זיך באגענגט מיט א מוראדיגע פראבלעם, נעמליך איך מוז דאך קאמפלימענטירן דעם שרייבער, איך האב אבער נישט וואס צו שרייבן. וואס זאל איך שרייבן? חחחח? מעעעעכטיג? אויב ביסטו זיס משוגע? איך האב זיך פראבירט צו דערמאנען אלע קאמפלימענטן וועלכע איז שוין גענוצט געווארן אינעם קרעטשמע, פאר מיינע אויגן זענען דוירכגעפלויגן 700 ביליאן קאמפלימענטן כמנין בעילאו"ט.

דעריבער אויב טרעפט איר א גוטע קאמפלימענט אין די שפאלטענעס (וואע"מ) פונעם קרעטשמע וואס איז שוין גענוצט געווארן אדער וועט אמאל גענוצט ווערן, ביטע ברענגט עס דא אראפ לתועלת הציבור.

דער עיקר איז אז עס זאל זיין פאסיג אינעם צוקונפט גענוצט צו ווערן פאר קאמפלימענטירער אין אנדערע אומשטענדן.

(תיקון: זאל שטיין אז איך האב פארראכטן צוויי מאל, בחינם נעמט מען 2)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:00 pm
דורך גרויזאמער
חחחחחחחח. דו ביסט גוט משוגגעעעע!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:15 pm
דורך שראליק
פון די 700 ביליאן זענען שוין אלע גענוצט געווארן דא אין קרעטשמע?

ליסען, מאך דיר ליסטע פון אלע קאמפלימענטן די האסט - אפי' די חחחחחחחח... קאמפלימענט וואס די האסט זיך (נעבעך געמיזט) אליינס געשריבן אויף זיך, און הייב אן נוצן איינע נאך איינע,
ווען די ענדיגסט נוצן איינס "שטרעך" עס אויס, (מיינע רבי'ס פלעגן נוצן דאס ווארט, דאכצעכמעך אז דאס מיינט מאכן א ליין מיט א פעדער אינמיטן דאס ווארט..אזוי מיין איך), אזוי וועסטו קענען אנגיין געהעריג מיט א סדר,

אמאל קענסטו ארויסלאזן צוויי - צו מער - קאמפלימענטן פון ליסטע, דאס ווענדט זיך שוין אין דיינע פרייוועט געפילן, די דארפסט אבער אבאכט געבן און זעהן נישט צו ווערן "שארט" אין קאמפלימענטס, למשל אויב קומסטו אן שוין דארט ביי די 600 ווי הייסטעס נאר, זאלסט זיך אביסל מתבונן זיין און זעהן ווי די טיילסט און וויפיל, כדי די זאלסט נישט חלילה אנקומען צו א מצב פון קאטעסטראפע, און די וועסט האבן א מאנגל,

קענסט עס אפי' מאכן אין "Excel", פיל אן אלע באקסעלעך און מאך Delete נאכן נוצן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:17 pm
דורך גרויזאמער
דאס איז מיר שוין נישט בייגעפאלן! דו ביסט ווערד אלע געלטער! א שאד דו שרייבסט נישט מער אפט!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:21 pm
דורך צייטליך
גרויזאמער וועסט נעמען פאר דיר איינע פון די פאלגענדע וואס איך וועל אויסרעכענען.

וזה החלי.

1) מעעעעעעעעעעעעעעעכטיג!
2) גרויזאמער. ;l;p-
3) חחחחחחחחחחח. טיפיקל גרויזאמער!
4) אנעם ליינען וואלט איך שוין געזעהן אז די ביסט עס. עס יוזשעל, די ביסט גוט!
5) גרויזאמער. די ברענגסט ארויס א זאך בעסער ווי סיי וועם. איך גלייך זייער דיינע ארטיקלן.
6) פאר דעם ארטיקל אליין האט זיך שוין געלוינט אז גרויזאמער זאל נישט דא זיין א שטיק צייט.
7) מעכטיגער ארטיקל, און יא, איך האב זיך געריסן פאר געלעכטער.
8) גרויזאמער, איך האב דיר עס שוין געזאגט און איך וועל דיר עס איבערזאגן. די ביסט בעסער ווי גוט.
9) חחחחחחחחחחחחח........
10) חחח.
11) זארעכ סטייל (דאס קען איך נישט נאכמאכן)


עטליכע זענען געבליבן ביי די רעדאקציע צוליב די שווערע ווע(ר)טער. ואתכם המחילה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:29 pm
דורך גרויזאמער
חחחחחחח, יויי!!!! א אויספלאץ וואס האט שיעור פאראורזאכט א קאווע אויסגיס!
(קרעדיט: נאך פונדערהיים פון צענט סטריט אין קרעטשמע)

(תיקון: למאן דבעי למידע: דער קאמפלימענט קען זיך אויסטייטשן ווי עס מיינט צייטליך)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:30 pm
דורך שראליק
זעסטו האסט מיר גלייך אריינגעגעבן 2 קאמפלימענטן, שיין פון דיר...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:36 pm
דורך שמערי בערי
עמער גיין ווייטער

12) גרויזא, כ'האב נישט קיין ווערטער, אין מויל פאר דיין מעכטיגע ארטיקל, ס'ליגט שוין די ווערטער א גאנצן צייט אין מיין מויל אבער כ'האב עס שוין אויפגעגעסן, עניוועי, דו ביסט בעסער פון בעסער....

13) גרויזאאאאאאאאאאאאאאאאאאאמעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעררררררררררררררררררררר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

14) יויש האב איך מיר דא צאמגעראגלט פון דעם גרויזאמער, ווען דער וואלט דא געווען אפטער, וואלט איך שוין צודרייט געווארן פון זיך דרייען אזוי פיל פאר געלעכטעריק.

15) גרויזאמער, אזאנס? כ'מיין אז א ס'איז דא א נייע גרויזאמער דא, אפילו דער אלטער גרויזאמער האט קיינמאל נישט אזוי געטויגט ווי דאס....

16) גרויזאמער, איך ווער משוגע (עכט בין איך שוין לאנג) פאר דיינע ארטיקלען, איך ווארט יעדן טאג אויף דיר, לעץ ראלל שמייס אריין וויפיל ס'גייט....

המשך יבוא

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:45 pm
דורך גרויזאמער
איך מוז דא איבערהאקן (כדי עס זאל נישט הייסן א שבעה דברים לאך איך שטילערהייט חחחחח, מענין האשכול).

איך האב דאך נישט געעפנט דעם אשכול פאר מיר, איך פארשטיי אז צו ציען דעם שטריקל סמוטה און גליטשעדיג פעלט זיך מעגליך אויס אז מען זאל אריינמישן גרויזאמער אין די תגובות, ער האט דאך געעפנט דעם אשכול, אבער דערנאך מעג עס שוין אוועקריכן אביסל, און דאן אסאך, צום פשוטן ריכטונג (און שכויעך בד"וו פאר די קאמפלימענטס, סיימתונהו לכולהו שבחיה(?)[!](...)[!?].

מורי ורבותי! שרייבט רעיונות פון קאפלימענטס! עס איז צרות, איך האב שוין געליינט יעצט פינף גוטע ארטיקל, אבער די ריכטיגע קאמפלימענט קען איך נישט געפונען!

ראטעוועט!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 3:50 pm
דורך שמערי בערי
17) איך האב אמת'דיג שטארק הנאה געהאט פון יעדעס ווארט פונעם ארטיקל, עס איז א געוואלדיגע ארבעט אין יעדעס ווארט דיינע, דער סטיל איז אויסערגעווענליך שיין און זעלטן בא'טעמ'ט צו לייענען, ירבו כמותך בקרעטשמע!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 4:07 pm
דורך איך_הער
יישר כח, נהניתי, שרייב נאך. (דאס איז פאר גרויזאמער, פאר אנדערע זאלער שרייבן לענגער.)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 4:28 pm
דורך זאנוויל
יוי ביסטו גוט! נעקסטע וועלן ווערסטו אויס מעם! צוריק ראש הקהל.(דאס קען נישט יעדער באקומען נאר טאקע א גרויזאמער)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 7:01 pm
דורך מאשקע
טיפיקל גרויזאמער!

(איז דאס א קאמפלימענט? יו דעסייד...)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 10:38 pm
דורך קרעמער
אנגרייטן א קאמפלימענט פון פריער שמעקט פאלש

פאלשע פיש איז טאקע גוט, אבער דער עיקר איז א קאמפלימענט וואס פאלט איין אויפן מינוט

געווענליך זענען מיינע קאמפלימענטארן באזירט אויף די געפילן וואס צושטורעמן זיך אין מיר בשעת'ן ליינען דעם גלענצנדן ארטיקל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 1:52 pm
דורך אלעקסיי
ווען מיין קאמפלימענט זאל ווען צופרידענשטעלן גרויזאם, וואלט איך עס געשריבען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:52 pm
דורך סאכדעס
גרויזאמער, האסט מיך געמאכט לאכן, וואט שוד א טעל יו? און ווי מ. ב. קרעמער זאגט שוין, עס איז נישט שייך עס פארצושרייבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 9:47 am
דורך ביקסאד
ווי וואנט מאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:04 pm
דורך שלעפשיץ
הלכות קאמפלימענטן:

1) נישט אנגרייטן א קאמפלימענט ביפאר נאר שרייבן וואס פאלט ביי אויפ'ן געדאנק
אפי' נאר "חחחח" (קרעדיט קרעמער)

2)