Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז דא דא א מקוה?

דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 9:40 pm

איך באמערק ווי היבש אסאך מאל, און היבש אסאך חברים, האבן אזא מנהג ווי, אריין און ארויס, וואס געווענליך איז דאס אין מקוה, וואלט איך געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אזאנס דא אין די קרעטשמע, וואלט איך עס שוין אביסל בעסער פארשטאנען.

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 10:09 pm

מאכט זיך אמאל מען מיינט אז מען האט א מינוט איבריג צייט דערווייל קלינגט דער טעלפון אין מען דארף אוועקגיין עס איז זייער פשוט.

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 11:31 am

פשוט איז נישט די ווארט, ווער געדענקט דען נישט ווען מ'האט אנגעהויבן בויען די מקוה דא אין דארף? אין די נייע מקוה איז דאך געבוירן געווארן דער געדאנק פון בויען א נייע קרעטשמע.

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 12:32 pm

סארא פראגע, וואו איז קרעזי אז נישט אין מקוה?

זונטאג אוקטובר 22, 2006 7:57 am

איך האף אז די שויער אין די מקוה האט נישט קיין ריסטארט באטען וואס מען דארף דריקען יעדע 15 סעקאנדעס
יאנאש ביסטי אינעם שויער פין די מקוה אדער און סתם א שויער?

זונטאג אוקטובר 22, 2006 10:37 am

ניין מיין שויער איז אין קהל'ס שטיבל אויבן, באט איך קען נישט זאגן איבער די באטטען ווייל יענטאאש וועט מיך הרג'ענען.

זונטאג אוקטובר 22, 2006 11:04 am

ס'קען מיר איינער אנטוהן די זאקן

זונטאג אוקטובר 22, 2006 4:50 pm

קודם ברענג די ריינע.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 4:44 pm

פארוואס איז היינט אין מקוה געווען אזוי שטיל? הא?

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 5:31 pm

דער עולם איז געווען אין קאווע שטיבעל הער עס האט זיך אנגעריקט איינער א ארכע פארכע ניק ער זאגט אז די ליבאביטשע רבי' לעבט נאך און ארענדער האט אים נישט געגלייבט און זיי האבען זיך געהרג'ט בערך 15 מיניט צי ווען מען גלייבט עס נישט איז מען א כופר אדער נישט ביז מעסטער איז אריינגעקימען נעמען זיין קאווע אן ציקער הער פארוואס ווייל איינס ציקער איז נישט געניג און צוויי ווייל איך רייכער מיט א קאווע און דאס איז שוין במקום ציקער יא אכלל לאמיר נישט צו ווייט פארקריכען האט זיך ארענדער געוואנדען צי מעסטער און מסביר געווען די וכויח און אים געבעטען ער זאל זיין דער שליש האט ער געטענהט צו דעם ארכע פארכע ניק וואו אזוי קען זיין איינער וואס ליגט שוין רזוי פיל יאר דריי אמות אינטער ערד זאל נאך לעבען אקעי מער פון דעים האט נישט אויסגעפעלט און דער גאסט האט איבערגעדרייט די גאנצע דארף ביז גרויזאנער האט אים אריינגעפירט אינעם פייטינג עריע און לכבוד דעים האט ווען עס איז געקימען מקוה טיים איז שוין יעדער געווען שפעיט עניוועי האט מען זיך זייער געיאגט יא יא די האלט ווייטער אן דיין איינרעדעניש אז די קוה איז סך בעסער נאך די מקוה וואו פאר די מקוה חאהאהא

דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 2:57 pm

איין מקוה מיט אזויפיל נייעס

מאנטאג פבואר 11, 2008 1:41 am

א פיינע פרישע מקוה געווען היינט דא, שכח שמש'ל, דער עיקר מאך עס מארגן אביסל הייסער, ס'זאל ברענען, זארג נישט אויף קיים געז ביל נאכאמאל, אונז האמיר דא א סעקרעטאר עד מאה ועשרים

מאנטאג פבואר 11, 2008 4:03 pm

עד מאה ועשרים, דיינע? מיינע? קרעטשמע'ס?

דינסטאג פבואר 12, 2008 2:43 am

קורץ? שארף? צו וועם? גערעדט? האט ער?

דינסטאג פבואר 12, 2008 7:36 pm

ס'הייסט צו וועם? צו דעם וואס וועגן אים עס איך לעצטענס סאפער, מיט א צוויי שעה שפעטער ווי געווענליך.

דינסטאג פבואר 12, 2008 11:36 pm

דא איז א מקוה

קוק אויב די ביסט האריג ווען די גייסט ארויס פון דאנעט

מיטוואך פבואר 13, 2008 2:01 pm

א שיינע מקוה געווען היינט ,זויבער און הייס

מיטוואך פבואר 13, 2008 3:11 pm

איך_הער האט געשריבן:ס'הייסט צו וועם? צו דעם וואס וועגן אים עס איך לעצטענס סאפער, מיט א צוויי שעה שפעטער ווי געווענליך.



ביסט צוקער, זיס.

מיטוואך פבואר 13, 2008 11:59 pm

יעצט איז די מקוה געווען נישקשה, עטוואס היציגער וואלט נישט געשאדט

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 12:28 am

בני כאלע כחצות א מקוה נישקאע

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 12:30 am

זיך גרייטן צום עבודת הלילה, סדר לימוד התורה לפני השינה, קריאת שמע של המטה, וידוי, חצות, תשובה, מחילה, זריזות, שינה בבושה לפני ממ"ה כמבואר ברמ"א, יעדע מצוה פאר זיך ברויך א מקוה.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 4:39 pm

מענין לענין האב איך היינט געזען אן עלטערע איד וואס האט זי ארויס געלאזט די בארד און עס האט ציגערירט ביז די ערד, עס איז מיר געווען אזא חידוש אז כ'האב עס געמוזט מיטטיילען מיטן עולם דא.


(פארשטייט זיך אז כ'האב נישט געקענט נעמען א פיקטשער :wink: )

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:14 pm

דאכט זיך אז דאס באלאנגט ביי די אסיפת זקנים אשכול (און דארט וואלט שוין יא געפאסט א בילד..)

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:15 pm

קרעמער האט געשריבן:דאכט זיך אז דאס באלאנגט ביי די אסיפת זקנים אשכול (און דארט וואלט שוין יא געפאסט א בילד..)


איך גלייב נישט אז דער פארום ערלויבט א בילד פון דער מענטש אין אזא מצב וד"ל

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:20 pm

אויב די בארד האט באדעקט דעם גאנצן גוף, זעה איך נישט קיין פראבלעם אינעם בילד...

יעצט כאפ איך אז דו רעדסט מסתמא וועגן די בארד וואס קען אריינווארפן מענטשן אין א פאניק... העכסטנס שרייבט מען ארויף: נישט פאר שוואכע הערצער.
שרייב א תגובה

Advertisement