בלאט 3 פון 9

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 7:58 pm
דורך אלחנן
בינעך נאכנישט קיין שמש..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:11 pm
דורך קענסט מיך?
האבעך נישט גערעדט צו דיר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:18 pm
דורך אלחנן
אדער געשריבן..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:22 pm
דורך קענסט מיך?
אדער געטייפט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:24 pm
דורך אלחנן
וואס איז די וועטער אויסקוק דעם מוצאי שבת?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:28 pm
דורך קענסט מיך?
מען זאגט פאר א לבנה

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:12 pm
דורך משה מענטש
יא מ'האט גיט פארגעזאגט
מיר האבען מחדש געווען ב"ה מוצאי שבת

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:17 pm
דורך קענסט מיך?
ווער ס'האט נאך נישט מחדש געווען זאל היינט נאכט פרובירן מחדש צוזיין, ווייל ס'איז דא שוואכע אויסזיכטן פאר א לבנה (אין נוי יארק) ביז סוף זמן קידוש לבנה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:19 pm
דורך משה מענטש
פאריגע חודש האבען פילע ליידער נישט מחדש געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:11 pm
דורך אלחנן
נאך נישט מחדש געווען..

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:13 pm
דורך ראמני 08
שוין מחדש געווען ב''ה

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:15 pm
דורך קענסט מיך?
אלחנן האט געשריבן:נאך נישט מחדש געווען..

כאפ אריין היינט נאכט!

מארגן נאכט, שניי
מיטוואך נאכט פארוואלקענט
דאנערשטאג נאכט פארוואלקענט
פרייטאג צונאכטס איז מען נישט מחדש (עניוועי זיין פארוואלקענט)
מוצאי שבת שניי
און זונטאג נאכט קען מען שוין נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:19 pm
דורך אלחנן
היינט נאכט איזעס בדיעבד, ס'דאך א תענית

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:21 pm
דורך קענסט מיך?
ביי דיר פאסט מען היינט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:22 pm
דורך אלחנן
ביינונז איז יום אחר הלילה נישט אזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:27 pm
דורך קענסט מיך?
אבער מען פאסט דאך נישט ביינאכט נאר פונעם עלות

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 12:16 am
דורך אלחנן
היינט סייווי געווען פארוואלקענט,

מיר האפן אויף מארגן ציווישען די וואלקענעס עפעס צו טרעפן, מיין סטאנציע זאגט פאר Cloudy periods

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 3:29 pm
דורך אלחנן
יא כ'האב ב"ה געטראפען די לבנה..

אבער קיין מנין האב איך נישט געהאט, נאר א קנאפע פיר אידן, צו זאלן שלום עליכם 3 מאהל..

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 3:49 pm
דורך סאכדעס
אלחנן האט געשריבן:יא כ'האב ב"ה געטראפען די לבנה..

אבער קיין מנין האב איך נישט געהאט, נאר א קנאפע פיר אידן, צו זאלן שלום עליכם 3 מאהל..


צו זאגן שלום עליכם 3 מאל, דארף מען דאך נאר איינעם, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:31 pm
דורך אלחנן
א קשיא אויף א מעשה, כ'געהאט 4 מענטשען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2009 7:48 am
דורך דוקטור
נאכנישט מקדש געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2009 8:45 am
דורך קענסט מיך?
ס'איז מיר בייגעפאלן א שטארקע קשיא, פארוואס רופט מען עס קידוש לבנה, און נישט חידוש לבנה? ואת"ל אז די ריכטיגע אויסדריק איז קידוש לבנה דאן פארוואס זאגט מען נישט מקדש געווען די לבנה, אנשטאטס מחדש געווען די לבנה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2009 9:23 am
דורך דוקטור
איך האב דיר טאקע מקדים געווען רפואה למכה.

דוקטור האט געשריבן:נאכנישט מקדש געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2009 9:29 am
דורך קענסט מיך?
דוקטור האט געשריבן:איך האב דיר טאקע מקדים געווען רפואה למכה.

דוקטור האט געשריבן:נאכנישט מקדש געווען.

יא! יעצט זעה איך אז דו ביסט טאקע א דוקטור, און נישט סתם א דוקטור וואס היילט אויס קראנקע, נאר א דוקטור וואס איז מקדים רפואה למכה. :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 1:03 pm
דורך דוקטור
דוקטור האט געשריבן:נאכנישט מקדש געווען.


נעכטן געהאט א קלארע לבנה, א גוטן חודש פאר אלעמען.