בלאט 2 פון 9

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 11:39 pm
דורך טהור-עיניים
אפדעיט: קיין לבנה דערווייל (קרעדיט: וויכי)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 1:28 am
דורך שמערי בערי
היינט קאלט מיר א חבר, כ'הייב אויף, זאגט ער: שלום עליכם, ענטפער איך אים פארוואונדערט, עליכם השלום, און ער האקט אראפ, ס'האט מיר גענומען א מינוט צון כאפן אז ער האלט אינמיטן מאכן קידוש אויף די לבנה

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 11:40 am
דורך ראמני 08
מחדש גווען נעכטען כחצות הלילה ביחידות
וואס טוט מען אבער מיט שלום עליכם
האבעך נישט געוויסט אז שמערין קאן מען נאך קאלן
האט מען זיך געשטעלט טאנצען אויף די גאס
מיט אזא שמחה אזאש אלע שכנים האבן מיט געטאנצען (פאר כעס) פון די בעטן
אזוי אז צום טאנצען האבעך שוין געהאט גרויס מנין
פארשטייצעך אויך שוין געקענט באגריסען דעם עולם מיט א ברייטען שלום עליכם........

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 11:23 pm
דורך איך_הער
שלום עליכם ר' יעקעלע, (איז זענט נאך דא?) מיר האבן געקווענקעלט נאך אייך.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 06, 2008 8:48 pm
דורך אלחנן
מקדש געווען היינט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 12:20 am
דורך ראמני 08
שוין מחדש געווען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 3:21 am
דורך טהור-עיניים
אוי, כ'ביןצו מיד, אבער כ'אנארך לייבער נישט מקדש געווען ס'לבנה אויבנאכטן פישער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 12:53 pm
דורך יעקעלע פוקס
אויך מחדש געוועהן נעכטן נאכט ב"ה,
ב"ה נאכאמאל מוצאי שב"ק (כידוע גודל מעלתה)

נ.ב. אבער מיין לבנה איז נישט געפלויגען אזוי ווי חנן'ס (מיין קאפ יא...)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 12:58 pm
דורך יעקעלע פוקס
טהור-עיניים האט געשריבן:אוי, כ'ביןצו מיד, אבער כ'אנארך לייבער נישט מקדש געווען ס'לבנה אויבנאכטן פישער

מיר שטימען מיט אז איהר זענט געוועהן זייער מיד
(נישט ווייל אונז האמער געזעהן ווי איין אייגעלע איז אייך שוין פארמאכט, מיר האבען פשוט געליינט אייער תגובה.... וווען איר האט דאס געשריבען איז לכאורה די צווייטע אויך שוין נישט געוועהן אינגאנצען אפען :grin:

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:20 pm
דורך טהור-עיניים
אוי, יעקעלע שרייבסטע גוט, איך אליינס האבעך יעצט זיך געראגלט פאר געלעכטער ליינענדיג דעם פריערדערמאנטן תגובה, וועלכע איז טאקע שוין געשריבן געווארן מיט ביידע פארמאכטע אויגן.

זא ווי זא, האבעך ב"ה נעכטן נאכט, בערך פערטל פאר איינס מחדש געווען ס'לבנה'לע, מ'האמער געמאכט קידוש ה'מאאן........

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:22 pm
דורך ארפכשד
ווער האט נאכנישט מחדש געווען די לבנה? כאפטס אריין "קידוש לבנה" היינט נאכט! מען זאגט פאר פארוואלקענטע הימלען ביז פרייטאג צונאכטס! [אין נוי יארק].

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:23 pm
דורך scy4851
נעכטען נאכט! ברוב עם! און פראנט פון שומר שבת און באראפארק!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:25 pm
דורך טהור-עיניים
ר' שמחה, וויפיל אזייגער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:10 pm
דורך אלחנן
ביזט אויך דארטן געווען? כ'דיך נישט געזעהן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:11 pm
דורך ארפכשד
האסט אים נישט געזען? ער איז דאך געווען אויף דער לבנה?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:15 pm
דורך אלחנן
קעץ אויפ'ן לבנה??


אה דאס מיינסטו

דער קאץ אן אסטראנאט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 1:19 am
דורך שמערי בערי
טהור-עיניים האט געשריבן:אוי, כ'ביןצו מיד, אבער כ'אנארך לייבער נישט מקדש געווען ס'לבנה אויבנאכטן פישער

טהור'ל, טרערן רינען מיר פאר געלעכטער, אבער כ'מיין אז מגייט עס נעמען ווי א שטיקעלע גמרא צום לערנען...

אוי, כ'ביןצו מיד מסתמא דא האסטו פשוט - אלץ מידעקייט - פארגעסן אריין צו ריקן א רוח והלצה אויף איין פלאץ, שוין, כבר הי' לגולמים.

אבער כ'אנארך ווער עס קען דעם קיבארד ווייסט אז דער ש' איז נישט נעבן דעם א', אויב אזוי וויאזוי האסטו באוויזן צו מאכן א טעות מיטן טוישן דעם ש צום (ערשטן) א'

לייבער נישט זעט אויס אז דו געסט דיר אוועק מיט לייבער און קלעבן פאר מצוות קידוש אויף די לבנה

מקדש געווען ס'לבנה אויבנאכטן פישער גיי ווייס וואס דאס מיינט, אויב נעכטן (מהאמער געשמועסט אז קליינע טעות'לעך פארקוקט מען, איא?) איז געווען א לבנה, האסטו דאך געקענט מקדש זיין, און ווידעראום אויב נישט, גארטל דיר אן מיט פרישע כוחות (כנ"ל), והכל נהי' בדבר... כ'מיין והכל שריר וקייען.

והוא רחום יכפר...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 10:57 am
דורך סתם_אזוי
שמערי ;l;p- מיינע טרערן קומען הערשט יעצט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 11:55 am
דורך יעקעלע פוקס
אוי ר' שמערל מיין מילץ טיט מיר וויי
די לויפסט טאקע היצט פאר פרעזידענט אבער די גמרא פשט פון ר' טהור'ל האב איך דאך אנגעפאנגען! כאפ נישט אויס..
אלנספאל, לאמיר לערנען ווייטער, וואס וויל דער טהור'ל פון מר. פישער????

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 2:27 pm
דורך פויער
שמערי ;l;p- ;l;p- ;l;p- :-( איך וויין פאר געלעכטער

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 7:59 pm
דורך אלחנן
אייזען!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 1:14 am
דורך טהור-עיניים
שמער'ל, אז דו ביסט א פאסיגער קאנדידאט פאר ראש הקהל, און ספעציעל, פאר מיין סטאפ שמערי עקספרעס, דאס האב איך דאך שוין פונלאנג געוואוסט (פרעג נישט ווי לאנג, ווייל כ'אניש קיין מעסטער עס אויסצומעסטן, אבער ערגעץ צווישן א האלבע שעה און א האלבע מייל).

אבער אז אין דיר ליגט א ניצוץ פון די קאטשעניו פון פון די געפילטע פיש פון די הייליגע תנאים און אמוראים, אויף אזוי ווייט אז דו קענסט שוין אליין מחבר זיין גמרות, דאס איז מיר שוין גארנישט פייגעבאלן.

באמת איז דאס טאקע נישט שיין פון מיין זייט, ווייל איך וואלט ווען געדארפט אליין פארשטיין, נאר פון אנקוקן דאס היטל דיינער, אז דו ביסט מסוגל אויף די עניינים, אפצולערנען חלומות מיט אזאן עיון נפלא, אזש טרערן זאלן פליסן פון די אויגן.

ממילא עלעך טאקע תשובה טאן קומענדיגן חודש אלול אויף דעם שרעקליכן כעט, פון נישט אפשאצן שמערי בערי מיט די ריכטיגע אויגן, כאטש אפי' אביסל בינעך אומשולדיג, ווייל איין אויג אידעך פאר מאכט.......................

והשם הטוב יכפר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 7:50 pm
דורך קענסט מיך?
טובים מאורות שברא אלקינו איי איי איי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 7:54 pm
דורך אלחנן
דאכצימער ס'נאך נישט קיין ז' שלמים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 7:58 pm
דורך קענסט מיך?
איך האב נאך נישט מחדש געווען די לבנה, ס'איז בלויז א רעמעמבער פאר די שמשים אין די שולן אז דעם מוצש"ק זאל מען אויסקלאפן הויעך "קידוש לבנה"...