בלאט 8 פון 9
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ב"ה נעכטן נאכט ארום 11:30 מחדש געווען די לבנה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:29 pm
דורך יוראפ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ב"ה נעכטן נאכט ארום 11:30 מחדש געווען די לבנה.
א גוטן חודש!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 6:19 pm
דורך פאטאקי08
קען מען שוין מחדש זיין איצט?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 1:24 pm
דורך מאנ-יימער
יא
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 2:34 pm
דורך נשמה
נאכניש געמאכט
קידוש לבנה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 12:46 am
דורך א גולם
א גוטן חודש, היינט ב"ה מחדש געווען די לבנה
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 12:48 am
דורך גערעכטער
נשמה האט געשריבן:נאכניש געמאכט
קידוש לבנה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 8:55 am
דורך וימאןX3
יאך אויך נישט, ביז ווען קען מען מחדש זיין??
א דאנק פון פראנויס..
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 2:25 pm
דורך מיסטעריעז
איך האב נאך אויך נישט געמאכט.
היינט די גאנצע נאכט קען מען נאך מאכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 7:27 pm
דורך טיפיקעל
היינט נאכט קען מען נאר פין א גמרא, ברכות פרק ד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 7:39 pm
דורך מיסטעריעז
א הוילע בלבול...
די מולד איז געווען מאנטאג פרשת ויגש 10:31 ביינאכט, היינט איז נאר די 14'טע טאג זינט די מולד.
מארגן אינמיטן טאג וועט זיין האלב פון די חודש הלבנה.
און ליתר שאת: ס'איז א בפירוש'ע לוח...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:53 pm
דורך טיפיקעל
מאנטאג אור ליום ג׳ איז געווען דער מולד אדער אור ליום ב׳?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:54 pm
דורך מיסטעריעז
זונטאג אור ליום ב'
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:10 pm
דורך מיסטעריעז
מיסטעריעז האט געשריבן:א הוילע בלבול...
די מולד איז געווען מאנטאג פרשת ויגש 10:31 ביינאכט, היינט איז נאר די 14'טע טאג זינט די מולד.
מארגן אינמיטן טאג וועט זיין האלב פון די חודש הלבנה.
און ליתר שאת: ס'איז א בפירוש'ע לוח...
חוזרני בי. לוחי הטעתי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:25 pm
דורך וימאןX3
יאך האב יעצט מחדש געווען מיט די גמרא סנהדרין מב.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:30 pm
דורך מיסטעריעז
איז דא א ענין דאס צו טון?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:41 pm
דורך טיפיקעל
יא, היינט נאכט קען מען נאך לויט טייל דיעות מחדש זיין, אבער וויבאלד עס איז א ספק ברכה זאגט מען עס פין א גמרא בדרך לימוד
אגב, די נוסח המובא ברי״ף ברכות סוף פרק ד׳ איז מער מדויק ווי די נוסח המובא בגמרא סנהדרין, וכן נוהגים
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 11:12 pm
דורך וימאןX3
בדרך פקודיך מצוה ד׳ בחלק המעשה בהג״ה: דאמרו לו מגידי אמת בשם אדמו״ר הרב מהריע״צ זצוק״ל ( החוזה מלובלין) דאם לא נראית הלבנה בזמנה עד אחר הזמן, יאמר המימרא בגמ׳ סנהדרין מב. מאי מברך וכו.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 8:00 pm
דורך לכאורה
מען קען שוין מאכן קידוש לבנה?
וואס טוהט א כלוא בבית ל"ע, קען מען זאגן די ברכה אינעווייניג אין הויז?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 10:50 pm
דורך א גולם
ווען איך זעי ווען פריער די תגובה וואלט איך דיר ווען אינזין געהאט,
קוק ארויס פין פענסטער!
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 11:13 pm
דורך מיסטעריעז
דער משנ"ב ברענגט פון ב"ח טו"ז מ"א ושאר אחרונים אז איינער וואס האט א עיכוב מחמת איזה סיבה קען זאגן תחת הגג דרך החלון
מיט מעומד וועסטו דיר קענען א עצה געבן?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 11:34 pm
דורך לכאורה
יא, ב"ה.
דארף מען האבן 3 אידן צו שלום עליכם, אדער איז גענוג איינער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 9:36 am
דורך א גולם
לכוראה 3,
(נו. זאג דא שלום עליכם)
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 12:14 am
דורך גערעכטער
א גוטן חודש! א פרייליכע חודש! זאל זיין א חודש נאר מיט שמחה!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 1:35 am
דורך לאמפ
לכאורה האט געשריבן:יא, ב"ה.
דארף מען האבן 3 אידן צו שלום עליכם, אדער איז גענוג איינער?
אין רוב סידורים שטייט 'אומר לחבירו ג' פעמים' וואס פון דעם איז משמע אז מען זאגט פאר איין חבר דריי מאל און נישט ווי עס איז איינגעפירט - מעגליך בטעות - צו זאגן איין מאל פאר דריי עקסטערע מענטשן שלום עליכם.
כך שמעתי פון הגה"צ אב"ד קאזניץ סיגעיט ז"ל