בלאט 5 פון 9

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 3:39 pm
דורך אלחנן
אנטשאלדיג, אויבער איבער נעכטן האב איך מחדש געווען די לבנה

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 11:04 am
דורך יעקעלע פוקס
מחדש געוועהן ב"ה
לכחילה פרובירט מוצאי שבת, כידוע גודל ענינה, אבער עס איז געוועהן אביסל פארוואלקענט, האבען מיר געקלערט צי ווארטן אויף די מוצש"ק, אבער מיר האבען נישט איינגעשטעלט
א גיטן חודש, א פרייליכען חודש

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 11:12 am
דורך ראמני 08
שוין מחדש געווען

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 12:01 pm
דורך סתם_אזוי
שוין לאנג צוריק.
נעקסט קומט קידוש החמה!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 12:39 pm
דורך איך_הער
נעגעטיוו, קודם נאך א קידוש לבנה, און הערשט דערנאך קידוש החמה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 12:39 pm
דורך סתם_אזוי
טאקע. נישט געכאפט...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 7:01 pm
דורך פאטאקי08
מדארף טאקע מאכען א עקסטערע אשכוול קידוש החמה
און עס ארויפברענגען יעדע אכט און צוואנציג יאר...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 5:53 pm
דורך אלחנן
;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: שבת מאי 02, 2009 9:16 pm
דורך פאטאקי08
א גוטע וואך א גוטן חודש

פארעפענטליכט: שבת מאי 02, 2009 9:35 pm
דורך אלחנן
א שיינע ליכטיגע לבנה, נישט געדארפט ווארטן ס'זאל ארויסקומען פון צווישן די וואלקענעס אזוי ווי פארגאנגע ערב פסח.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 12:06 pm
דורך יעקעלע פוקס
חדשתי אתמול מוצש"ק כידוע גודל סגולתה

ווען די הייליגע מנחת אלעזר זצ"ל איז געפארען אויף מירון שנת תר"ץ, וויא אויך זיך טרעפן מיטן סבא קדישא זצ"ל, איר ער ארויף איין נאכט אויפן דעק פונעם שיף, און געזעהן א שיינע לבנה, האט ער זיך געשטעלט מחדש זיין מיטן עולם, נאכען מחדש זיין האט מען זיך געכאפט אז עס איז נאך פאר ז' שלימים כידוע האט מען און מונקאטש זייער מקפיד געוועהן דערויף, ס'איז געוועהן א גרויסע פלא אז קיינער דארט זאל זיך נישט כאפען קודם המעשה, אז עס איז נאך פאר די צייט,
די נעקסטע טאג האט זיך געמאכט א גרויסע שטארעם ווינט, והאניה חשבה להשבר, עס איז געוועהן א גרויסע סכנה, אבער די מנחת אלעזר איז געוועהן רואיג, ער האט געזאגט אז עס שטייט דאך אך אז איינער איז מחדש די לבנה איז ער מבטח ער וועט נישט שטארבען באותו חודש פון א מיתה משונה, האט ער אויסגעפירט אז דאס איז געוועהן א געוואלדיגע השגחה פרטית אז זיי זאלען נעכטן מחדש זיין די לבנה און קיינער זאל זיך נישט כאפען אז עס נאך נישט צייט.

פאר די וואס פארען אויף מירון איז טאקע א גיטע סגולה בעזהשי"ת פאר שמירת הדרך זיכער מאכען אז מ'האט שוין מחדש געוועהן די לבנה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 2:06 pm
דורך החריף
דער עולם זאל געדענקען מחדש צו זיי דער לבנה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 2:10 pm
דורך סתם_אזוי
און אויב מען האט שוין מחדש געווען?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:55 pm
דורך אלחנן
זאל מען נישט פארגעסן קידוש החמה, כ'מיין נעקסטע חודש

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 6:08 pm
דורך טהור-עיניים
פארגאנגענעם מוצע שבת האב איך געמאכט קידיש הלבנה אויף א שיינעם קלארן לבנה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 7:59 pm
דורך שמערי בערי
און איך האב געמאכט לבנה מוצאי שבת, ווען איינע פון די נעבעכי העיר האט באשלאסן זיך וויסענדיג צו מאכן פון מיר מיט זיין שלום לייכעם... קוים האבעך געקענט פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 9:37 pm
דורך אלחנן
דאכצעך איך בין נישט געשאטנעם דורט לעבן שמערי..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:05 am
דורך אלחנן
נאך נישט מחדש/מקדש געווען די לבנה.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 12:23 am
דורך טהור-עיניים
געוואלד, אידן כ'אנאכניש מחדש געווען די לבנה דעם מאנאט, און כאנישט קיין אנונג ווען דער סוף זמן איז, אויב איינער ווייסט זאל ער פליז פאוסטן, כ'אף נאר אז כאנאך נישט פארפאסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 10:27 am
דורך קרעמער
מאנטאג אווענט פרשת וירא 5:53

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 11:53 am
דורך abimlaibt
דינסטאג ויצא 5:28

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 1:28 pm
דורך סאכדעס
דערווייל נאכנישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 1:33 pm
דורך abimlaibt
איי ווי גערעכט דו ביסט.
(דיין שטוב זאגט ס'זעלבע? כאב נאר געפרעגט איך ווארט נישט קיין תירץ)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 2:23 pm
דורך טהור-עיניים
איך האב שוין ב"ה מחדש געווען די לבנה פארגאנגענעם מאצע שבת, פרשת תולדות

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 2:35 pm
דורך abimlaibt
אה, זיטשוב קאמארנא איז עפעס אנדערש.