Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים

מיטוואך ספטמבר 24, 2008 7:55 am

אזויווי אט אט דערנענטערט זיך דעם פארכטיגן טאג וואס איז נאר אזויווי פורים (כ'פורים נישט אזוי?) אין א אינטעגראלער חלק פונעם טאג ווערט פארברענגט מיט שמעקן טאביק אדער לעמאן מיט בשמים (נא? "מאה ברכות" דערמאנסטעך שוין?)
על כן קום איך דא מיט א בקשה צו מיינע טייערע קרעטשמע'ניקעס
היות איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין דעם נושא לא מניה לא מקצתיה אין אין האב מחליט געווען ביי מיר אנהייבן צו שמעקן אוואו א מומחה זאל עטץ קרעטשמער'ניקעס מיך אויסלערנען די מלאכה

קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?

און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?

Advertisement

מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:32 pm

עס ווערט געברענגט אז יוה"כ איז א יו"ט איז וואס איז מיט עונג יו"ט ברויך מען שמעקן טאבאק .בשמים איז אלץ מאה ברכות אין איך זעה אז די ווייסט דערפין

דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:25 pm

נעמט א עצה פון א גוטן פריינט, פארשמירט אייך נישט די נאז מיט טאבאק נאר אויב עס איז לשם מצוה און על דעת צדיקים הקודמים.

דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 8:30 pm

איוב איך געדענק גוט האט מען דאס געזאגט אויף רייכענען אבער אויף דעם האב איך א אפ פרעג ווי עס שטייט און איינער פין די מעלעצער ספרים אז קרייזער רב'ס (א זון פון דער דברי חיים)א זון וואס איז געווען א איידעם ביי ר'משהט מראזידאוו אין ער פלעגט צו רייכענען האט עם זיין שווער געקויפט א פייקער און געבעטן עס צו האלטן ער האט פארשטאנען דעם רמז און אויפגעהרט ווען ער איז ציריק געקימן קיין צאנז האט דער דברי חיים געפרעגט היתכן ער רייכעט נישט אין ער איז געבליבן שטיל האט דער דברי חיים געזאגט "נארישע אינגעלייט איך האב געהערט פונ'ם רבין פון לבלין אז רייכנען פאטרייפט מחשבות ראות"

מאנטאג אוקטובר 06, 2008 2:17 pm

עס לייגט זיך שווער אויפן שכל אז דא אין קרעטשמע קען קיינער מיר נישט העלפן

נא?? ביטע?

מאנטאג אוקטובר 06, 2008 2:27 pm

אוואו וואוינט איר.

מאנטאג אוקטובר 06, 2008 2:44 pm

ווילי
למאי נפקא מינה?

מאנטאג אוקטובר 06, 2008 6:23 pm

מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?
גיי אריין צו בית הספר רעד צו ר' חיים מרדכי אין א רואיגע מינוט, וועט ער דיר פונקטליך געבן צו פארשטיין וואס איז ארגינעלע סחורה און וועלכע זענען די וואס מען האט צוגעלייגט פארשידענע שמעקעדיגע טראפן.
מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?
ווענדט זיך צו איר ווילט זיך איינהאנדלן א זילבערענעם אדער פון אנדערע מאטריאלן.

דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 12:58 pm

דער טאסאק שמעקן איז א פארוויקלטע מסכת....

קודם דער אופן וויאזוי יעדער שמעקט,
ס'מאכט זיך אייין איד אין ביהמ"ד וואס האט טאבאק און שיקט ארום זיין יונגל געבן צו שמעקן דעם ציבור,
אסאך מענטש גיבן נאר א קליינע שמעק, טייל מענטשן גיבן א טיפע שמעק, טייל אידן גיבן גאר א שטארקע צו אריין מיט די נאז אזש ער טרינקט אויס ס'גאנצע מיט די נאז אליין, טייל אידן ציפן אראפ מיט די פינגער למען יעמדו למשמרת,

דערנאך קומט דער שמעק אליין,
דער ארגולענלע ריח, איז דא צו באקומען בעיקר אין ענגלאנד, אבער רוב ציבור האט נישט ליב דער ארגונעלע ריח,
רוב עולם האט ליב מיט עפעס א פלעוואר, די מערסטע אנגענומענע פלעווער איז דער מינט...,
ס'האט אזא שארפן ריח אז מיט איין צו גייט ער ארויף גראד און קאפ אריין...

אלץ שאץ קען איך שפירן אסאך מאל פארנעפלט, אבער מיט איין גוטן שמעק (א מיטלגאטיגע שמעק נישט צו שטארק נישט צו ווייניג) ווערט דער מוח אויסגעקלארט.
ואידך פרישא זיל געמיר.....
שרייב א תגובה

Advertisement