בלאט 1 פון 1

לאזונגען און אויסדרוקען פון גוטזאגער'ס

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 2:31 pm
דורך פאפיגיי
דא וועט זיין א ספעציעלע געהענגעל ('אשכול' בלע"ז), פאר אינטערסאנטע לאזונגען און אויסדרוקען פון גוטזאגער'ס


ווען שגעון זאל ווען וויי טוהען, וואלסטו געשריגען פון ווייטאג...

ווען שגעון זאל ווען קליין מאכען, וואלסטו געקענט זיצען אויף אן קאצקע צוקער, און שאקלען די פיס...

ווען שגעון זאל ווען קליין מאכען, וואלסטו געקענט אריינדייווען אין א ביר דעקל, און זיך נישט צוקלאפען די קאפ...

מיין נשמה איז נישט קיין ראזשינקע, און איך בין נישט געבוירען אום בין השמשות...

ווען ליגענט זאגען זאל ווען קראנק מאכען, וואלסטו שוין פון לאנג געווען אויף א רעספערעיטאר...

דו וועסט כאפען פון מיר אזא פליק, אז דו וועסט פארגעסן ווי אזוי דו הייסט...


וכו' וכו', ביטע פילט אריין אייערע אייגענע אויסדרוקען, אדער אינטערסאנטע אויסדרוקען וואס איר האט געהערט פון אנדערע, און עס איז אייך שטארק געפאלען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 6:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
אפילו ווען משוגע מאכט ווען וואקסן, וואלט ער נישט געוואקסן, ווייל ער איז דאך משוגע! (מאשקע!)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:40 pm
דורך אלעקסיי
ווען מען האט געטיילט שכל, האסטו גענומען מיט א גאפל...

ווען מען האט געטיילט שגעון, האסטו גענומען מיט א שעפ-לעפל...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 9:21 pm
דורך שמיי_דריי
גירסא אחרת

ווען שגעון וואלט ווען געמאכט וואקסן וואלטסטו געבראכן א רעקארד אין הייעך...

די באשעפער האט געהאט א זאלץ מעסטעל מיט משוגעים און ארום געגאסן די וועלט און אין מאנסי האט זיך די דעקל צובראכן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 4:40 pm
דורך נעגל וואסער
איך הייס נישט עבד אויפן ערשטן נאמען און אוודאי נישט כנעני אויפן לעצטן נאמען.
כאפסט באלד אזא פראסק אדי וועסט פליען ממצרים ועד הנה - והנה בכלל...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 2:51 pm
דורך אלעקסיי
וואס איז טאקע פשט פון די אויסדרוק 'דער חכם פון מה נשתנה'???

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 2:58 pm
דורך scy4851
שמיי_דריי האט געשריבן:די באשעפער האט געהאט א זאלץ מעסטעל מיט משוגעים און ארום געגאסן די וועלט און אין מאנסי האט זיך די דעקל צובראכן...
ווען איך האב געמופט קיין מאנסי בערך 22 יאהר צירוק האט מיר א יוד געזאגט אז און מאנסי איז דא מער משוגעים פער סקווער פיס וויא עני אנדערע שטאט און אמעריקא

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 3:18 pm
דורך איש חסיד
ווען שגעון וואלט געמאכט נויז וואלט מען דיר געקענט הערן אינעם גאנצען שטאט....

דיין שכל איז אזוי קליין אז די וואלסט זיך געקענט ארויף זעצן אויף א דעקל פון א ביר באטל, און נאך שאקלען די פיס....

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2008 9:44 pm
דורך איך_הער
ווען שגעון מאכט ווען וואקסן, וואלסטו ווען געקענט כאפן א היטש מיט א פליגער.

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2008 9:47 pm
דורך scy4851
איך וויל דיך נישט ריפען משוגע ווייל איך וויל נישט באליידיגען די אנדערע משוגעים

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2008 10:10 pm
דורך געפילטע פיש
איך גיי דיר געבן א פראסק אז דיינע באקן וועלן זיך איבער טוישן