Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לאזונגען און אויסדרוקען פון גוטזאגער'ס

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 2:31 pm

דא וועט זיין א ספעציעלע געהענגעל ('אשכול' בלע"ז), פאר אינטערסאנטע לאזונגען און אויסדרוקען פון גוטזאגער'ס


ווען שגעון זאל ווען וויי טוהען, וואלסטו געשריגען פון ווייטאג...

ווען שגעון זאל ווען קליין מאכען, וואלסטו געקענט זיצען אויף אן קאצקע צוקער, און שאקלען די פיס...

ווען שגעון זאל ווען קליין מאכען, וואלסטו געקענט אריינדייווען אין א ביר דעקל, און זיך נישט צוקלאפען די קאפ...

מיין נשמה איז נישט קיין ראזשינקע, און איך בין נישט געבוירען אום בין השמשות...

ווען ליגענט זאגען זאל ווען קראנק מאכען, וואלסטו שוין פון לאנג געווען אויף א רעספערעיטאר...

דו וועסט כאפען פון מיר אזא פליק, אז דו וועסט פארגעסן ווי אזוי דו הייסט...


וכו' וכו', ביטע פילט אריין אייערע אייגענע אויסדרוקען, אדער אינטערסאנטע אויסדרוקען וואס איר האט געהערט פון אנדערע, און עס איז אייך שטארק געפאלען.

Advertisement

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 6:15 pm

אפילו ווען משוגע מאכט ווען וואקסן, וואלט ער נישט געוואקסן, ווייל ער איז דאך משוגע! (מאשקע!)

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:40 pm

ווען מען האט געטיילט שכל, האסטו גענומען מיט א גאפל...

ווען מען האט געטיילט שגעון, האסטו גענומען מיט א שעפ-לעפל...

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 9:21 pm

גירסא אחרת

ווען שגעון וואלט ווען געמאכט וואקסן וואלטסטו געבראכן א רעקארד אין הייעך...

די באשעפער האט געהאט א זאלץ מעסטעל מיט משוגעים און ארום געגאסן די וועלט און אין מאנסי האט זיך די דעקל צובראכן...

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 4:40 pm

איך הייס נישט עבד אויפן ערשטן נאמען און אוודאי נישט כנעני אויפן לעצטן נאמען.
כאפסט באלד אזא פראסק אדי וועסט פליען ממצרים ועד הנה - והנה בכלל...

פרייטאג ספטמבר 05, 2008 2:51 pm

וואס איז טאקע פשט פון די אויסדרוק 'דער חכם פון מה נשתנה'???

פרייטאג ספטמבר 05, 2008 2:58 pm

שמיי_דריי האט געשריבן:די באשעפער האט געהאט א זאלץ מעסטעל מיט משוגעים און ארום געגאסן די וועלט און אין מאנסי האט זיך די דעקל צובראכן...
ווען איך האב געמופט קיין מאנסי בערך 22 יאהר צירוק האט מיר א יוד געזאגט אז און מאנסי איז דא מער משוגעים פער סקווער פיס וויא עני אנדערע שטאט און אמעריקא

פרייטאג ספטמבר 05, 2008 3:18 pm

ווען שגעון וואלט געמאכט נויז וואלט מען דיר געקענט הערן אינעם גאנצען שטאט....

דיין שכל איז אזוי קליין אז די וואלסט זיך געקענט ארויף זעצן אויף א דעקל פון א ביר באטל, און נאך שאקלען די פיס....

שבת ספטמבר 06, 2008 9:44 pm

ווען שגעון מאכט ווען וואקסן, וואלסטו ווען געקענט כאפן א היטש מיט א פליגער.

שבת ספטמבר 06, 2008 9:47 pm

איך וויל דיך נישט ריפען משוגע ווייל איך וויל נישט באליידיגען די אנדערע משוגעים

שבת ספטמבר 06, 2008 10:10 pm

איך גיי דיר געבן א פראסק אז דיינע באקן וועלן זיך איבער טוישן
שרייב א תגובה

Advertisement