גריסן און שמועסן
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 4:29 pm
אזוי ענדיגט זיך א שטיקעל אין יום כיפור קטן
היינט ביים זאגען יו"כ קטן האט איך געוואלט ציגיין צום ש"ץ נאך דעם וואס ער האט זיך געגארגעלט 'אין לי טעם וריח' און אריינרוימען אין אויער "יא איר האט גיט געזאגט, אפשר זאגט איר עס איבער"
נאר אזוי עס איז א ערענסטער זמן האב איך געטראכט נישט יעצט, עוד חזון למועד
די נוסח פון יו"כ קטן זאגט א גרויס חלק עולם דעם געהעריגן סליחות ניגון, אבער די יודעי דבר ווייסען אז באמת האט דאס אן עקסטערן נוסח, איך בין אמאל געווען ערגעץ און געהערט דעם נוסח, עס האט מיר אויסגעקוקט מער ווי תענית אסתר ווי יום כיפור קטן, זאגט מיר א חבר מיינער הער אויף שמייכלען מען זעהט אויף דיר א די ווייסט נישט די ריכטיגע נוסח, ס'איז אבער שיין געווען, הלוואי קען איך עס נאכאמאל הערן
Advertisement
זונטאג אוגוסט 31, 2008 10:31 pm
האט דער עולם נישט געזאגט יום כיפור קטן?
אדער דער עולם ווייסט בכלל נישט פון וואס פארא נוסח איך רעד?
האט איר בכלל געהערט פון אט דעם אינטערעסאנטעם יו"כ קטן נוסח?
אדער אפשר ביי אייך איז דאס פשוט און איר ווייסט נישט וואס איך וויל פון אייך בכלל?
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:27 am
מיין בעל תפילה האט געזינגן עפעס אן אומבאקאנטן תנועה, וואס האט מיר נישט געלאזט באשליסן אויב ער יכול'ט טאקע נישט, אדער פארקערט, ער איז עפעס מער באקאנט מיט נוסח ווי מיר.
איך זינג פאר מיר א תנועה וואס איך האב געהערט פון א לאנג-יעריגע בעל תפילה, עס קומט מיט א הערליכע קנייטש אינמיטן פזמון.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:33 am
כבוד הרב קרעמער שיחיו
דער תנועה וואס די זינגס דיך אונטער מיטן שיינעם קנייטש האסטי טאקע געהערט נאר אויף יו"כ קטן, צי ביי אנדערע אויך?
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 5:54 pm
דאכט זיך מיר נאר ביי יוכ"ק (נאר דעמאלטס האב איך געהערט דעם ספעציפישן בעל תפילה. יעצט כאפ איך מיך אז מעגליך האב איך אים אויך געהערט ביי סליחות, נישט זיכער).
פרייטאג ספטמבר 05, 2008 2:51 pm
יעקעלע,
דער אשכול הייסט 'אין לי טעם וריח'
אכלל, ביסט מודה, הע?
זונטאג ספטמבר 07, 2008 10:00 am
יא ר' שמחה אונז האמער אלע מודה געווען ביי יו"כ קטן....
חוץ די אידען וואס האבען נישט געזאגט, זיי האבען עס געהאלטען ביי זיך
און אונזער חשובער ש"ץ האט דאס געגורגעלט מיט טעם וריח
זונטאג ספטמבר 07, 2008 3:00 pm
דער פזמון ענדיגט זיך טאקע אזוי, אבער דו האסט דאך יא א טעם וריח.
מאנטאג ספטמבר 08, 2008 1:49 pm
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 11:55 am
נו...זאג די...
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 1:03 pm
ווייל...........

......... פארשטאנען?