Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די, דער, דאס, פלעין, אשכול

דינסטאג אוגוסט 19, 2008 9:18 pm

אזוי ארום שפאצירענדיג אין פארברענגן ווערט מיר די אויגן אינגאנצען ציכאטשעט פון אזויפיל אשכולת אלע סארטן געמויזאכצער, גריסן, שמועסן, זינטאג....... סודות, קשיות, קלעצער, לעכטיג, טינקל, סמאקינג, וכו'

בינו לבינו איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגה קשיא וואס פלאגט מיר שוין לענגערע מינוטן, בלית ברירה וועל איך עס מוזן ארויס שליידערן פארן עולם דא אויפן טיש.

מאנכע מיסדי האשכולת האבן א נאמען געגעבן פאר זייער אשכול א "די" בלשון נקיבה, מאנכע א "דער" בלשון זכר, ווידערום אנדערע האבן גאר בכלל נישט געגעבן קיין טיטול פאר זייער אשכול נאר סתם אן קיין גארנישט, א טייל גאר האבן פאר איינעם דערלאנגט א "די" און פאר א צווייטן א "דער".

נא דארף מען דאך א ביאור דערויף, וועל איך דא אהער ברענגן אלע אשכולת מיט זייער מיסדים שליט"א, און זיי מכבד זיין מיט א ביאור (באלד וועט מען נאך אריין שליידערן דעם אשכול אין שפראך אריין).

פארשטייט זיך אליינס אז איך גיי נישט דא ברענגן גאנץ פארברענגן שיין וועל איך אויסזען, נאר אזעלכע אשכולת וואס האבן באקומען דעם טיטול, ..............אשכול וכמובן.

החתימות הם לפי סדר הא"ב.

די קלאצן אשכול,
דורך פויער

דער טונקעלער אשכל, דער סודות אשכול, דער לעכטיגער אשכול, דער תשעה באב אשכול,
דורך טהור-עיניים

דער פארשפארטער אשכול - הנושא נעול, די "עפארדעבל" אשכול, דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית, ליל ששי אשכול, די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער,
דורך מאשקע

די קשיא'ס אשכול,
דורך קאר אינשורענס

דער 'קול רם' אשכול,
דורך scy4851

די "דינסטאג" אשכול, די 'מיטוואך' אשכול, דער 'דאנערשטאג' אשכול,
דורך Anonymous

די סמאקינג סעקשאן,
דורך לעווי

מעשה גראמען אשכול!,
דורך שמערי בערי

די זונטאג אשכול,
דורך קרעמער

די "טענה'ן" אשכול, "תיקון חצות" אשכול, געזונטע עסען אשכול, די "גראמען" אשכול, "נישט צו דער זאך" אשכול,
דורך לאקשען ברעט

חצות הלילה ואילך - אשכול, די "אחדות" אשכול
דורך אלעקסיי

"יום המעונן" - אשכול,
דורך זארעכפעפער

יום שישי אשכול,
דורך סאכדעס

אויספאסטן אשכול,
דורך פוילישער

ראש חודש אשכול, די "לחיים" אשכול
דורך ירא שמים

די שטילע אשכול,
דורך יגרסהדותא

מופן אשכול!!!
דורך וויכטיג מאכער

שגיאות מי יבין, אויב האב איך אויסגעלאזט איינעם אדער איינס פון איינעם, בעט איך שוין מחילה.

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 10:47 am

געלויבט דער פון אויבן אז איך בין נישט געווארן סופינעט דא אהער, דאס מיינט אז איך בין נישט פאראנווארטליך פאר קיינע פון דיעזע אשכולות.

ידינו לא שפכו.

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 11:00 am

איך דארף א לאיער!

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 11:07 am

מעג מען יעצט אפמאכן? אדער די ווילסט דווקא וויסן די כונה פון דעמאלס?

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 11:12 am

געפרעגט צוויי קשיא'ס...באלאנגט און די קשיא אשכול

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 12:20 pm

scy4851 האט געשריבן:איך דארף א לאיער!


ר' שמחה ברענג נישט קיין לויער מעט נאך אפשפארן דא דעם גאנצען פלאץ.

יאנאש האט געשריבן:געלויבט דער פון אויבן אז איך בין נישט געווארן סופינעט דא אהער, דאס מיינט אז איך בין נישט פאראנווארטליך פאר קיינע פון דיעזע אשכולות.

ידינו לא שפכו.


יאנאש העמיר בעסער זיכן אפשר וועט דער בוכ"ע העלפן, בד"וו געמיר דיין אנדערע ניק.


קאר אינשורענס האט געשריבן:מעג מען יעצט אפמאכן? אדער די ווילסט דווקא וויסן די כונה פון דעמאלס?


ווייסט עטץ דאך אלע אין פארברענגן איז קיין כלל נישט פארהאנען, סא איטס אלל יאר אפשען.
שרייב א תגובה

Advertisement