Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די סמאקינג סעקשאן

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 11:09 pm

אזוי ווי עס איז אסאך מאל אנגעצויגן אין קרעטשמע, און מען זוכט א ווינקל ווי מען קען כאפען א פאפערוס, אבער די פארוואלטונג פון די קרעטשמע האט פארבאטן דאס רייכערן אין פאבליק, אויפן באפעל פון די קעניג בלומענבערג די זיבעטע, אשר על כן האב איך מייסד געווען דער צימערל, ווי מען וועט קענען אריין קומען זיך פאררייכערן אביסל א לילקע, א קובאנע ציגאר אדער ציגארעטל און אויסלופטערן דאס קאפ.


וזאת למודעי, די אלע אנטי סמאוקערס וואס פלאנען דא אריין צו קומען און טיילן דעות אויב עס איז יא געזונט אדער נישט וכדומה, טראגט אייך אלע אפ פון דא שוין יעצט!!!!!!!!!!!! מיר וועלן דא נישט טאלערירן דאס אוועק נעמען דאס פרייהייט פון רייכערן פון די קרעטשמע איינוואוינער.


קומט אלע און האט הנאה.

איך בין מנדב דאס ערשטע צוויי פישקעס פאר די עולם דא.
עטעטשמענטס
26tabacco_xlarge1.jpg

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 11:10 pm

א מחי', עס אידאך אזוי געשמאק!!!!
עטעטשמענטס
smokeanim.gif
עס גייט א רויעך.
smokeanim.gif (7.72 KiB) געזעהן געווארן 1205 מאל
CoolClips_wb022282.gif
CoolClips_wb022282.gif (19.62 KiB) געזעהן געווארן 1205 מאל

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 8:13 am

בין איך טאקע די איינציגסטע רייכערער דא אין קרעטשמע? אדער האט די עולם פשוט נישט ליב מארלבאראו לייטס?

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 9:06 am

לעווי האט געשריבן:בין איך טאקע די איינציגסטע רייכערער דא אין קרעטשמע? אדער האט די עולם פשוט נישט ליב מארלבאראו לייטס?

גראדע ביסטו נישט די איינציגסטע, איך זוך שוין לאנג עפעס א ווינקל ווי איך וועל קענען כאפן א ציגערעטעל אן דעותץ

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 9:15 am

דרך אגב איך רייכער געווענליך א פייפ (לילקע ציביך) איז עס אקעי אדער איך מיז מייסד זיין א עקסטערע שטיבל (ארויסדינגען פינעם קרעטשמער)?

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:37 am

אלע זענען וועלקאם דא, קענסט רייכערן אלעס אויסער דראגס! איך פלעג לערנן אין א ביתץ מדרש אמאל ווי איינער פלעגט רייכערן א פייפ מיט קעפטין בלעק טאבאק, ס'געווען א מחי'.

יא יא, קום אריין און מאכט אייך היימיש, האסט אפשר א ציגארעטל פאר מיר?

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 11:20 am

עס איז זיכער אז אזא ווינקל ברויך גראטולירט ווערן ווי עס פאסט זיך, אבער וואס זאלעך טאן אז דא אין קרעטשמע איז נישט קיין נאו סמאוקינג פאלעסי, איר קענט רייכערן וואו אימער איר זאלט זיך נאר געפונען.

קען זיין אז דער נעקסטער ראה"ק וועט ביים לויפן קאמפיינען מיט אזא געזעץ אבער פאאר די טיים ביאינג איז עס נישט אין קראפט.

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 11:46 am

אה ענדלעך איז דא א פלאץ ווי מ'קען רויכערן איך פלעג אייביג דארפן ארויסלויפן און יעצט קענעך שוין אויך דא כאפן איינס אבער יעצט ווערעך געוואר אז מ'מעג ראכערן אין ס'גאנצע קרעטשמע

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 12:05 pm

יוא איך האלט נישט אויס די רויעך דא מקען עס ממש שניידען מיט א שערעל
אבער כפי תקנת הסעקשאן הזה טאר איך נישט קריטיקירן דא ממילא מיז איך ארויס לויפן
אי"ה בל"נ באלד ווען די פיינע עקזאסט סיסטעם וואס די בעל הקרעטשמע האט געלייגט אויפן דאך וועט אביסעל אויסקלארן די לופט דא וועל איך צירוקקימען מיט מיין פייפ אין אנשמעקט מיט מיין געשמאקע רויעך
כל טוב אווידערזעהן

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 12:46 pm

פארוואס טאר מען נישט רייכערען דא קיין דראגס? 30 פראצענט פון די מעמבערס זענען דאך סיי-ווי אויף דרא... אקעי שוין, כ'וויל נישט דא עדזשיוקעיטען דעם עולם...

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 12:53 pm

חחחחחחחחחחחחחח מאשקע, האסט מיך דערשטיקט.

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 1:09 pm

אמסארי פאר'ן דיך דערשטיקן, אבער האסט געדארפט וויסן וואס ס'פאסירט ווען מ'קומט אריין אין א שטיקעדיגע שטוב פול מיט רויך...

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:19 pm

יאנאש האט געשריבן:עס איז זיכער אז אזא ווינקל ברויך גראטולירט ווערן ווי עס פאסט זיך, אבער וואס זאלעך טאן אז דא אין קרעטשמע איז נישט קיין נאו סמאוקינג פאלעסי, איר קענט רייכערן וואו אימער איר זאלט זיך נאר געפונען.

קען זיין אז דער נעקסטער ראה"ק וועט ביים לויפן קאמפיינען מיט אזא געזעץ אבער פאאר די טיים ביאינג איז עס נישט אין קראפט.


דערמאנסט מיר ווען איך האב אמאל געמאכט א סטאפאווער אין שווייץ און איך בין ארום געלאפן ווי א ציושטע משוגענע פאר א האלבע שעה צו טרעפן א פלאץ ווי מען מעג רייכערן. דערווייל שטעלט מיר איינער אפ און פרעגט מיר, "וואט אר יו לאקינג פאר?" זאג איך אים אז איך זוך א סמאקינג עריע. זאגט ער מיך אז מען מעג דא רייכערן איבעראל, אין אלע קאפעיס וכדומה.

יוש האב איך מיך געפילט ווי אזא נער.

עניוועי, ווער האט פייער דא????????

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 4:19 pm

וויל איך טאקע דוקא נאר פארלימענט האב איך אהער געברענגט איינס, יעצט צום התחדשות איינמאל וועל איך לאזן דעם עולם נעמען אבער דעטס איט!
עטעטשמענטס
images.jpg
נאר איינס נישט מער.
images.jpg (1.91 KiB) געזעהן געווארן 1084 מאל

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 4:30 pm

איז עס חתן ציגארעטלעך?

איך רייכער נאר חתן ציגארעטלעך.

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 5:36 pm

אויב רייכערסטו נאר חתן ציגארעטלעך, דעמאלטס שפאציר ארויס פון דיין אשכול.

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 7:21 pm

איך בין מקפיד נאר אויף א חתן ציגארעטל

איך נעם נאר פון איינעם וואס איז א חתן, גייט א חתן ווערן אדער איז אמאל געווען א חתן........

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 11:42 pm

יישר כח לעווי פארן גרינדן דעם אשכול, אזוי האמיר א שטיקל גאראנטי אז ליפא וועט זיך דא אפטער דרייען :lol:

איך לויף שנעל ארויס, ווייל איך האלט קיין רויך נישט אויס. קיין עקזאסט באקומט איר נישט, מיר האסן צווייט-האנטיגע רויך.

פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:15 am

קרעמער איטס מיי פלעזשור.

איך זאג דיר פרוביר אויס איין ציגארעטל דו וועסט הנאה האבן דערפון.

פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:24 am

פרוביר מיין לילקע ציביך דאס איז באמת גיט
איך מיין אז איך וועל מיזן מאכן אן אייגענעם שטיבל פאר מיין פייפ די עולם איגנארירט עס גאנצען און מען פייפט מיך אן
עס איז נישט שטיקעדיג און א חתן (געווען, איז, וועטזיין,) האט מיט דעם אויך גארנישט עס איז נאר געשמאק בא'טעם'ט און רואיג
ממש געאייגענט פאר די קרעטשמער אידן וואס זיכן א געשמאק פלאץ מיט א גיטן שמעק און די זייט
[איל האב אין מיין טאש אביסעל טאבאק אויך)

פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:26 am

עס האט טאקע א פיינע בא'טעמ'טע ריח, אבער מען אינהעילט עס דאך נישט, בארואיגט עס דען?

פרייטאג אוגוסט 15, 2008 1:06 pm

יא עס בארואיגט
אזוי אלע וואס רייכערען דא און דעם אשכול, די זעלבע אינהעיל איז אויך (דא) מיטן פייפ
דוק וטישטך

פרייטאג אוגוסט 15, 2008 1:17 pm

הע...הע...עהע...עהע....החחחחחחחחככככממממממממממממםםםםםםםםם....... חטו....

אוי אוי אוי איז דא פארנעפלט.... עה...עהעהעהעה...

מאנטאג אוגוסט 18, 2008 1:58 pm

העי כהאב נישט באמערקט דעי סמאקינג סעקשאן ביז יעצט, כוועל מיר דארפן אויסגעבען פאר די גאנצע צייט ביז איצט.
עטעטשמענטס
cigarettes.jpg
cigarettes.jpg (41.18 KiB) געזעהן געווארן 991 מאל

מאנטאג אוגוסט 18, 2008 2:13 pm

חחחחחחחח גוט.
שרייב א תגובה

Advertisement