Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א דזשאנק לעדל

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 11:51 pm

שוין ווידער האט סאכדעס נישט געטראפן קיין בעסערען קאפל... (כ'מערק איצט, אז יעדעס מאל מאכעך אנייסעק פונ'ם קאפל, כ'וויל וויסן צי ס'אינטערסאנט, צי מ'פארשטייט עס, און ווי פארשטייצעך, צי מ'כאפט וואס כ'וויל שרייבן. כ'קלער אז דאס האט צו טוהן, זינט (כאמאזעל ס'האט נישט קיין דלת, אפשר דאס איז פשט פון והסר ממנו וכו', וכל מיני דלת ועניות...) כאגעשריבן דעם שלאף קאפל ארטיקל.) עלקא פנים (קרעדיט: זארעכ) די מעשה איז מיט א דזשאנק לעדל, איז וואס דען זאלעכעס רופן? א לעדל מיט דזשאנקס? נע, לעולם ילמד אדם עם תלמידיו דרך קצרה. אלזא, העלעך מיך האלטן צו דעם כלל. נאר היות, איר זענטעך (נישט פארמישן מיט זענטא) נישט מיינע תלמידים, נישט פון דערהיים, און אויך נישט פון דאהי. העלעך זיך יא אביסקעלע ערלויבן צו מאריך זיין, אבער פארשטייצעך נאר בכפילא. (ווער ס'פארשטייט, פארשטייט. און ווער ס'פארשטייט נישט, זיצט. [כאף אז נישט אין תפיסה, סיז פשוט אזוי, נישט אזוי קרעמער? ווער ס'האט א גוטע תפיסה, דער פארשטייט דאך {קרעדיט: סאכדעס}])

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, אודה לה' מאוד בפי בתוך רבים אהללנו, אשירה לה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי, אז איך האב באכאשעם זוכה געווען צו מער ווי איין בן זכר. און איך האף אז אלע לייענער זענען אינ'ם זעלבן שטאפל, און אויב ח"ו נישט, זאל זיי גאט בענטשן מיט א בן זכר, אין ווינציגער ווי א יאר פון איצט. זאגטשע אלע אמן.נו, ווער ס'שוין געבענטשט מיט גרויסע אינגלעך דארף איך דאך גארנישט מסביר צו זיין וואס דאס פשט פון א דזשאנק לעדל באדייט. וואס הגם ביינונז, ווען מיר זענען געווען קינדער נאך אין סענדז סטריט, האמיר פון אזא לוקסוס נישט געוואוסט, נישט ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין דזשאנק, נאר פשוט עס איניש געווען אן איבריג לעדל....
כ'קעלערעך אזוי אריין, ס'נעמעסען, הויבט זיך עס אן מיט פרייז לעדל, - וואס דאס איז פארשטענדליך ווען מ'האט טאכטוירים אויך - נאר היות די פרייזעס ווערן דאך דזשאנק, און וויפיל פרייזעס באקומט שוין צו? ממילא ווערט דאס בדרך מתוך א בסיס צום דזשאנק, און אפילו ס'יז נאר א שכח, שטעלט מען שוין אויף די חזקה, אז מ'פסק'ע מיר דאך, כל העומד לישרף כדזשאנק דמי. ממילא, קעמענעס שוין אנרופן פון די בעגינינג: 'דזשאנק לעדל' אנע שום חשש. דאס זאגעך נאר אזוי דרך אגב, (יאכער, כ'רעדט נישט פון די ניק) נישט אז דאס איז די באל(מ)בע פונ'ם ארטיקל. דאס גאנצע ארטיקל האט נעמעסען ארייניש קיין באמבע, ס'יז נאר אזוי צו צוברעכן דאס (גוט געשריבן מר. אידיש?) אויער. (פארשטייצעך ווען סיז פארפרוירן, אנדערש קען גאר נישט געמאלט זיין)

אוקיי, היינט ווען ס'דאיען קומט אזוי אהיים, אנעם ואני, נאר פלעין אזוי. באגעגנט ער אזוי די רביצין זז"ג, והיא באחד ומי ישיבנה? ווער קען איר דען צוזעצן? ס'פאסט דאך גארנישט פאר א דאיען, סידאך בבחי' קוקו ואינו לפי כבודו ויש גורסין: כבודה. מיילע (כאשירניש געשריבן מיט אן ענדע כף, וואלט דא אריינגעפאלן בטעות א נאמען. אזוי ווי כאזעך געכאפט נאך פאר'ן קלאפן (קעמען דען?) דעם 'ך', איז עס אנעם טעות. ואכמ"ל) קעמען זיך נישט אזוי ארויסדרייען. (די ריש נאכן אלף איז מדויק, וויל אויסדרייען קעמען זיך יא, נאר ס'העלפט א מכה בברוינפן) און מ'הערט זיך צו ווי א וואויל שעפעלע. די נשים וויסן נאר נישט, אז א שעפעלע, ווי וואויל ער זאל נאר נישט זיין, הערט ער נישט וואס דו רעדסט צו איהם.

בציקער, וואס קען זי שוין וועלן? אהה אט שטייט און הערט, און אויב איר ווילט קענט איר שטוינען אויך, כ'מיין עס ערענסט. היינט מאכסטו מוישעלעס דזשאנק לעדל.... ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, (כאשוין אויבן געשריבן אז סיז נאר לשבר (וועא"מ) את ההויזן) ווי א דונער (נישט פון לאנדאן) ביום בחור, (נישט קיין אלטע) אדער ווי א בליץ פון א קאמערע, נאך בעסער וואלט איך געזאגט: ווי א רביצין צו א דאיען... כ'קוק אזוי מיט אויפגעריסענע אויגן, (כ'מייניש ממש אויפגעריסן, ס'פלעין געווען אפן. כ'רעדט אזוי ווי די אלטע [קען זיין ווען זיי האבן געשריבן זענען זיי נאך אינג געווען, אבער היינט זענען זיי שוין זיכער אלט] שרייבער פלעגן זיך באלמוטשען) וואס טייטשט דאס מאכן א דזשאנק לעדל? מיילע מאכן א טשיזבאוו בענקל, נו, דאס אידאך געווען אונזער ארבעט אלס קינד.
[ווען כ'דערמאן זיך פון דעם, מוזעך מקדיש זיין אפאר מינוט לעילו נשמתם פון מיינע טשיזבאוו בענקלעך. א קינד בינעך געווען ווי אלע קינדער, כ'קען זאגן נישט ממש ווי אלע, ווייל סידאך באקאנט דער פסוק, אילו ידעתיו הייתיו, כ'מיין נאר צוזאגן, ענדליך צו אלע קינדער, מיט א נאז אינמיטן פנים, צוויי אויגן זייטיג העכער דעם, א מויל דערונטער, אן א וואנצע אדער א בארד. בקיצער, א אינגעל מתוך השורה (כ'ביניש ממש געשטאנען ביי די שורה, דערנעבן פלעגעך אמאל זיך דרייען)
נו, איז געקומען (כ'מיין צוזאגן ס'יז געווארן) די דריי וואכן, לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ (כ'מיין צזאגן לויט ווי כ'דענק) פלעגט עס פאסירן יעדן זוממער, יעמאלט ווען אין חדר האט דער מנהל זיך בארעכנט אז מ'גייט שווימען פאר צוגעגנליכענע פרייז. האט מען מיט נאך עטליכע אינגלעך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע (דאס ווארט גלייך איך זייער, כ'ווייס נישט פונקט וואס דאס מיינט), און היידא (דאס איז די זעלבע ווי יארכע), מ'זוכט טובייפארס, מיט שטיקלעך פלייוואדס. ביז דער פון אויב האט געהאלפן, אז מ'האט גענוג צו מאכן א געהעריגע תשעה באב בענקל. פארשטייצעך אז די פרומערע צווישן אונז, האבן ארויסגעברענגט אן אינטש מעסטער, און ס'האצעך געטוהן א געמעסטעכץ, כ'ווייס נישט צו עס האט אפילו געהאט צוויי טפחים, אבער, סארא מפקא נינא (קרעדיט: אבי מ'לעבט) מ'האט געמאסטן אלע שיטות, אנגעהויבן פון חזון איש און גענדיגט ביי הגראח נאה, מ'האט געמאסטן די לענג די ברייט, לח יבש, אלע סארט מידות שמנו השמענדערלעך, האט מען דארט אריינגעמאסטן, נאכן זיכער זיין אז, יאפס, עס איז כשר פאר א טישעבאוו בענקל, האט מען גענומען דעם אייזן, מיט אפאר ראסטיגע נעגל, און מ'האט געהאקט טשוועקעס, כ'זאג אייך נישט איינמאל איניש צוויי מאל איז מער אריינגעלאפן אין שטוב פאר פארייקסייד און א באנדאזש (נישט אין שויער) אבער, וואס טוט מען דעניש פאר דאס דאזיגע גרויסע מצוה פון קרימטשיז בענקל?
הפנים, וואס כ'וויל צוקומען איז, אז ווי פארשטייצעך האט מען דאך דאס בענקל קיינמאל אין ס'מעדרעש נישט אריינגעבראכט, נישט נאר צוליב זייער שמוציגן אויסזעהן, נאר פשוט, תשעה באב ביינאכט איעס נאך נישט געווען פארטיג, און אפילו ווען יא, וועכע טאטע האדען געלאזט זיין קינד אפירזוכן א מאראסטיג בענקל צו טראגן אין שוהל? אין שטוב איגעווען גענוג קעסטלעך, אז מ'האט צו דעם נישט געברויכט צוקומען. אלזא, ווילעך דא בשער בת רבים אויסרופן אן אזכרה לילע נישמעס די אומפארגעסליכע בענקלעך, וואס זענען נעבעך געבליבן פאר'יתום'ט אזוי אינגערהייט.]
אלזא, וואס פשט פון מאכן א דזשאנק לעדל? חכמת נשים בנתה חיות, געדויערט נישט לאנג, ומענה בפיה, סייסט? כ'מיין צוזאגן זאלסט עס מסדר זיין... נו, וואס מיינט איר זאגעך? אוקיי.

כ'זאגייך איין זאך, מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה, מיט איין אימפעט איז זי אנטרינען, און נישט לאנג דערויף קומט זיך מיטן לעדל אין די האנט. אריינבליקענדיג אינ'ם לעדל, איז מיר ווייס געווארן פאר די אויגן. אמער? וואס דארט האצעך נישט אפגעטוהן? אמין הפיכת אדמה וצבויים, אז כ'קען עסייך גארנישט דערציילן, עס האט אויסגעקוקט ווי א טערנעדאו, (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, זאל זיך פאשטעלן א טענדזשערין אין גרויס פון א מעלאנע) אן איבערקערענישט, אז מ'קען גארנישט קערן. כ'קוק מיך ארום הילפסלאז, כ'קלער צו מיר, צו וואס האבעכעזעך געדארפט אונטערנעמען אזא שווערע אונטערנעמונג? סידאך שוין לייכטער צו פסק'נען שאלעס, ווי צו מסדר זיין אזא האריקעין (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, זאל זיך פאשטעלן א טענדזשערין אין גרויס פון א קענטעלאופ).

כעל שויניש צופיל מאריך זיין, אבער כ'וועל נאר בקוצר אמרים זאגן וואס דארט איז אלס געווען צום באקומען:
1) פיר פליישיגע מעסערס, (ער האט מסתמא געמערקט אז מ'נוצט עס קיינמאל, איז פארוואס זאל ער עס נישט האלטן ביי זיך אין לעדל?)
2) פיר פלעש לייטס, דריי אלטע צובראכענע, איינס האט ער געקראגן פאר א מתנה ערגעץ וואו.
3) א צובראכענע שטיין, מיט וואס מ'קען שרייבן אויף די סטעיפס.
4) א פלעסטיק לעפל פון חדר, ווייל מיט דעם קען ער שעפן די זאמד (איי ער האט דאך א זאמד טראק? אבער לא ראי זה כראי זה)
5) ווייסע ענוועלאופס. אויף מיין פראגע צו וואס ער דארף עס? מאמי גייט איהם קויפן א ביכל וואו ער וועט קענען שרייבן בריוון, דארף ער דאך עס האבן וויאזוי צו שיקן, שפארט ער זיך שוין יעדן צוקנייטשטן ענוועלאופ.
6) פיר מעמאו פעדס ביכער, דאס איז וואס ער האט געקראגן פון מתנות.
7) אלע אלטע קיטעשענס פון שטוב, און אויך אלע אלטע שליסלעך, רעמאוטס, און קי-רינגס.
8) דרייסיג פענס.
9) א פענסיל קעיס וואס דארט איז געליגן 3 אלטע צובראכענע סאן גלעסעס.
10) UPS שיפינג לעבלס.
11) סתם שיינע סטיקערס.
12) א טאן מיט קרעיאנס.
13) א בענדל וואס שיינט אין די טונקל.
14) אפאר צובראכענע שפילצייגלעך. (גוטע גייט דאך אין פלעירום)
15) צוויי קאנעקט 4'ס פארשטייט זעך אז די אינסערטס, זענען געווען צשפרייט און צוזייט אינ'ם לעדל.
16) צווי סקאטש טעיפס, איינס מיט אן האלטער, און איינס אן.
17) 8 דריידלעך, איינ'ס א ריזיגע.
18) 3 פארשידענע KNOBS וואס כאגעמערקט לעצטענס אז סיז אנטרינען געווארן.
19) באלונ'ס אזש מ'קען ארויפפליען דערמיט מיט די טשיקאווע נייעס פון קול פון וואסער.
20) כ'דענק שוין אליינס נישט וואס נאך....
אקיצער, וואו הויבט מען אן דא? כ'אמאזעל אז ס'זענען געווען אין לעדל צוויי שיך באקסעס, מיט נאך עפעס א שיסל. אזוי, אז ס'האט זיך אנגעהויבן צו דעוועלאופן א סדר אין לעדל.

פארשטייצעך אז אסאך פון די אלע זאכן באלאנגן נישט צום זעקס אהאלב יעריג אינגל אין לעדל, האבעך שוין אריינגעכאפט, און אפירגענומען, און איבערגעגאנען איינס ביי איינס, וואס ער דארף יא, און וואס ער דארף נישט, און איהם אינאיינוועגס געלערנט, וואס א אינגל דארף זיך אוועקלייגן אין אזא לעדל, און וואס איז נישט וויכטיג, אדער ווייל דאס איז נישט ווערד אוועקצולייגן, אדער ווייל עס באלאנגט נישט צו איהם.

וועם עס אינטערסירט נישט די גאנצע מעשה, אדער שמעקט איהם נישט וויאזוי עס האט זיך גענדיגט, דארף עס נישט לייענען, נאר קען באלד תיכף דרוקן דעם BACK קנעפל, אדער זאגאר, דרוקן דעם BACKSPACE קנעפל אויפן קיבאורד, און אויף דעם וועגן אנקומען צוריק צו פארברענגן. האצמער א גוטע נאכט.

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:18 am

א שיינע רעיון פון א ארטיקל,

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, נאר א דזשאנק לעדל דאס איז דאך א מסכתא פאר זיך, איך האב גאר געדארפט איינפאקן צום קאנטרי א גאנצע שאכטל מיט זיינע דזשאנקס, איי עס ליגט נאך אזוי אוועקגעפאקט פון אנהייב זומער, און במשך פונעם זומער קומט צו נאך כמעט א גאנצע לעדל פון אויסגעדינטע און אויסגעדראשענע פרייזעס און מתנות וכו' וכו', איך האב מיך געדארפט איננבעטן ביין איהם ער זאל שוין אויפהערן צוזאמען צו קלויבן אלע טיקעטס וואס דער מלמד האט איבערגעלאזט נאכן גורל, ווייל ער האט שוין גענוג אויף צו שפילן חדר (וואס ווערט למעשה קיינמאל נישט געשפילט) מיט עטליכע הונדערט קינדער.

אפשר אין קומעדיגע געלעגנהייט וועל איך אויך אביסל שרייבן וואס איך האב אלץ געטראפן אין מיין בן זכר'ס דזשאנק לעדל.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:23 am

בעני, א שיינער רעיון פון א תגובה... דזשאוסט קידינג...

עניוועי, יישר כוח פאר'ן קאמענטירן, און אדרבה, שרייב צו וואס עס אינטערסירט דיך נאר.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:32 am

הער סאכדיקא,

קיין רחמנות האב איך נישט אויף דיר, (ווייל מיין מצב איז ערגער), אבער די מעשה זעט מיר אויס איז אמת, ווייל כ'גלייב נישט אז דו האסט געקענט אליין אויסטראכטן די אלע זאכן פון זיין לעדל אן עס באמת צו זען דארט, אבער כ'מידער זאגן, כאמעך אפאר מאל געהאלטן ביי די זייטן, סיי פון אלע הערות דיינע, און אויך פון זען דעם אינהאלט פונעם דשאנק לעדל.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:34 am

ס'פאלט מיר יעצט ביי, אפשר גיי איך אויך זוכן אין מיינע בנים'ס לעדלעך, אפשר עבעך קענען לאכן נאכאביסל

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 1:29 am

העי, קיין ארויסגעפרינטע סאכדעס ארטיקלען האסטו נישט געטראפן דארט? וואס דען לערנט מען מיט די קינדער בעפאר די ימים טובים?

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:44 am

ווייסטו דען נישט אז סאכדעס האט נישט קיין פרינטער?
יאנאש ווען ער פרינט, פרינט ער פאר אים אויכעט.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:52 am

דזשאנק לעדל? חחח... דזשענקאָיע באַרזע!

סאכדעס; שעין - שעין. איין דזשאָנקע ברענגט ס'אנדערע, איך האב עספעשלי היינט אינדערפרי זיך אריינגעכאפט אין קינדער שטוב אין געבליקט אינעם לעדל. וואָדאָרט-טיצעך נישט... מיני קליק-לאק-סטאק-ענד... א הייליי - וואס מיט דעם מאכט מען יוזשעלי, היילייקאָפי - היילייקאָפי. גאר א קליינער סעט סקרו דרייערס פון דריי קאלירן. גאר א קליינער פלעשלייט, וואס מאכט צוויי קאלירן "רויטע אין בלויע" דאס איז זיכער לע"נ אָנקעל סעעם.

אבער העעעי, איך האב זוי געלאכט, דזשאָנקעס? אמאל געהערט ווי ס'מומע מיינער פלעגט האט געסטראשעט ערב שבת חזון/חנוכה (כגירסת שמא"ץ) אז אויב ברענגט מען אהיים פון קעמפ עפעס...?

סאכדעס; דזשאָנקעס, פאָנקעס. איך האב געדזשאַ-דזשאַט פאר געלעכטער פונעם רעיון, די ביסט היסטעריקעל, שוין אמאל געהאט ביי דיר די שעפעלעך אין ביורא? טאאאאאטי! מאך מיר א קאַפי פון די צעטל. טאאאאאטי! דו האסט א סטעפלער? - שעפעלע האטסעך יעצט צושניטן, וואס ברויכסטו סקאַטש טעיפ, מיט סטעפעלעס? אבער ניין ס'קליינע בעט זיך... דער פעיפער איז גרינגער ווי א דורכזיכטיגע-שטרוי, אבער ניין; ווי מער סטעפל'ס דארט גייט אריין דער פעיפער וועגט א פונט צו צוויי, מען סקאַטש-טעיפט מען ארבעט, אין אודך יעצט, טאאאאאטי! מאאאאך מיר א קאַאאפי.

גוטע זכרונות; אלטע דזשאנקעס; מיט פרישע מתנות, ס'יונגווארג טוט פליפען 'דזשאנקעס' מיט נאשערייען: לדוגמא, גייסט מיר לאזן האבן פון דיין ענוג שבת? איך געב דיר מיין פלעש-לייט...

טעקניו סאכדיי!

באט העי, וואס די גערינגעלעכטס? וועם ווילסטו אפטוען דא? מיר? מיטן פארמישן מיט אלע רינגעלעך? יאפ! געלונגען! (נישט זיך פארמישן מיט לונגען אנצינדן: נוסח סאכדעס איינגערינגלעכצער).
לעצט פאראכטן דורך אלטעבחורל אום דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:54 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:53 am

סאכדעס, אנארטיקל פון א דזשאנק לעדל אדער פון טשיזבאוו קנעפלעך?

אויב העסטו הערן ביז א יאר אז יאנאש איז געהאלפן געווארן מיט א בן זכר קענסטו נעמען קרעדיט דערפאר... דערווייל האבן מיר נאר טעכטוירים.

יו האמער צאמגעלאכט.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:51 am

סאכדעס זאג נאר דאס איז טאקע פון דיינע מוזשיניקלעך, אדער האסט יעצט ארויס גענומען אן אלטע גארביזש בעג וואס מאמי האט דיך אנגעפאקט פאר דיין חתונה?

אלטע UPC לעבעלס געסעווט פאר רוקח אין פלאמס, האסטו נישט געטראפן דארט? גדולים קארדס, סעפטי קארדס האלט ער נאך אין פאקעט הע?

האט נאך איינער אביסל פלעי מאני? אדער א ים מיט ביזנעס קארדס?

מאך איך יעצט א דיל ווער ס'געט מיר 10 פלענע ביזנעס קארדס, באקומט איין גאלדענע, וואס דעס קען זיך פארקויפן פאר 350.00 $ פלעי מאני.

עניוועי יש"כ סאכדעס האסט מיר געהאלטן ביי די זייטן.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 6:21 pm

אוי איז דאס געווען גירסא ד'דזשאנק'יתא...

איך האב מיר געמוזט אויפהייבן דעם זעקל פלייש און גולאש (דאס איז געווען היינט פאר סאפער) און כאפן א בליק אין מיין בנ'אק'ס (נישט פארטוישן מיט בענאקעלערס) שופלאד.

אופס. איך בין צוריק מיט ליידיגע אויגן. די טיהר איז הערמעטיש פארשלאסן, דאס קליינטשיגע פרובירט איינצושלאפן אינעם קליינעם ד' על ג' און איך וויל נישט זי זאל זיך אויפכאפן פונעם סקרוך פונעם פארדזשאווערטן קאנטרי לעדל.

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז יעדער פון אונז פארמאגט אזא סארט דזשאנק לעדל, און יא, איך רעד פון ערוואקסענע אויך!

איך קען אייך נישט מיטטיילן ממש אלעס וואס איך שפאר אפ אויף די עלטערע יארן, אבער צווישן די זאכן וואס ליגן מיר אפ אין קאבינעט זענען: די האר וואס מען האט פון מיר אראפגענומען ביים מאכן פיאות, ליכט וואס האבן געברענט ביי מיין ברית/שבע ברכות (די זעלבע ליכט!), אלע שפיטאל-בענדס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף מיין ארעם ביי די געבורטן פון קינדער שיחיו, ווי אויך די קינדערישע פיס-בענדער פון שפיטאל. מיין בחור'ישע תפילין זעקל (אפשר וועט איינער פון די אור-אור-אייניקלעך זיין א ספרדי און זיך א נאמען געבן נאך מיר בחיי... וועט ער דאס קריגן אלס בר מצוה מתנה, און איך וועל שפארן אפאר דאלער פון קויפן א ספר). ועוד ועוד כהנה וכהנה, איך וויל נישט איר זאלט אזוי שטארק לאכן פון מיר האלט עס איך ווייטער אונטער ריגל און שלאס.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 7:10 pm

סאכדעס איך ווייס איז די ביסט פארליבט אויף "פארברענגען" ענדערשט ווי קרעטשמע,
אבער איך וואלט געזאגט במחילת כבודך אז דער היימישע פארברענגען איז בערך אזא דזשאנק לעדל ווי דיין זון'ס...
מ'טרעפט דארט אלטע פארדשאוועטע אשכול'תן, האבלע ווערטער, אויסגעניצע סטעימענטס, מיט ווערטער אנע טעם (חוץ סאכדעס געשרייבעכטס וואס דאס האט א באזונדערע חן)

עניוועי, דיין דשאנק מעיל כ'מיין ארטיקל, איז געוואלדיג גוט, מיט אסאך אמת דערונטער,

לייג נאר צו די פאר פרודקטן פון קרעמער מיט אבאמא, וועט דאס זיין א בשלימות'דיגע דשאנק לעדל,
מיט התאחדות הדשאנקס.....
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום מיטוואך אוגוסט 13, 2008 11:41 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:00 pm

איך האב מיך באמת געראולט ווען איך האב מיך גענומען ליינען.
די וויסט וואס די האסט מיר אנגעמאכט? איך האב עס ארויסגעפרינט, און אהיים געטראגן, מיין ווייב ליינט עס און גייט גלייך צו צום באקס אונטערן קריב און נעמט ארויס מיינע זאכן וואס איך האב מיטגעברענגט פון מיין בחורישע היים, און וואס זעה איך? 1 2 3 4 5 6 7 8 9..........20 ואכמ"ל

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:22 pm

סאכדעס, א-ווי שטענדיג. הערליך, שיין, לאכעדיג, אין געשמאק צו ליינען, און ס'ליגט אין פארברענגען, וכו'.

יישר כחכם, און אן עקסטערע יישר כח פארן נישט פארגעסן צו דערמאנען עטליסט איין מאל אין יעדע ארטיקל דיינע כמעט.

זונטאג ספטמבר 07, 2008 1:46 pm

איטס נעווער טו לעיט זיך צו באדאנקן פאר די געטרייע דאנקן.

טהור-עיניים האט געשריבן:הער סאכדיקא,

קיין רחמנות האב איך נישט אויף דיר, (ווייל מיין מצב איז ערגער), אבער די מעשה זעט מיר אויס איז אמת, ווייל כ'גלייב נישט אז דו האסט געקענט אליין אויסטראכטן די אלע זאכן פון זיין לעדל אן עס באמת צו זען דארט, אבער כ'מידער זאגן, כאמעך אפאר מאל געהאלטן ביי די זייטן, סיי פון אלע הערות דיינע, און אויך פון זען דעם אינהאלט פונעם דשאנק לעדל.


די מעשה איז אמת לאמיתו, איך האב גארנישט צוגעלייגט, אפשר נאר אראפגענומען.
טהור-עיניים האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט ביי, אפשר גיי איך אויך זוכן אין מיינע בנים'ס לעדלעך, אפשר עבעך קענען לאכן נאכאביסל

אוי וועסטו האבן פון וואס. :wink:
מאשקע האט געשריבן:העי, קיין ארויסגעפרינטע סאכדעס ארטיקלען האסטו נישט געטראפן דארט? וואס דען לערנט מען מיט די קינדער בעפאר די ימים טובים?

ער לערנט עס לייוו ;l;p-
שוועמל האט געשריבן:ווייסטו דען נישט אז סאכדעס האט נישט קיין פרינטער?
יאנאש ווען ער פרינט, פרינט ער פאר אים אויכעט.

וואט א קאמפלימענט.... :?
אלטעבחורל האט געשריבן:דזשאנק לעדל? חחח... דזשענקאָיע באַרזע!

סאכדעס; שעין - שעין. איין דזשאָנקע ברענגט ס'אנדערע, איך האב עספעשלי היינט אינדערפרי זיך אריינגעכאפט אין קינדער שטוב אין געבליקט אינעם לעדל. וואָדאָרט-טיצעך נישט... מיני קליק-לאק-סטאק-ענד... א הייליי - וואס מיט דעם מאכט מען יוזשעלי, היילייקאָפי - היילייקאָפי. גאר א קליינער סעט סקרו דרייערס פון דריי קאלירן. גאר א קליינער פלעשלייט, וואס מאכט צוויי קאלירן "רויטע אין בלויע" דאס איז זיכער לע"נ אָנקעל סעעם.

סאכדעס; דזשאָנקעס, פאָנקעס. איך האב געדזשאַ-דזשאַט פאר געלעכטער פונעם רעיון, די ביסט היסטעריקעל, שוין אמאל געהאט ביי דיר די שעפעלעך אין ביורא? טאאאאאטי! מאך מיר א קאַפי פון די צעטל. טאאאאאטי! דו האסט א סטעפלער? - שעפעלע האטסעך יעצט צושניטן, וואס ברויכסטו סקאַטש טעיפ, מיט סטעפעלעס? אבער ניין ס'קליינע בעט זיך... דער פעיפער איז גרינגער ווי א דורכזיכטיגע-שטרוי, אבער ניין; ווי מער סטעפל'ס דארט גייט אריין דער פעיפער וועגט א פונט צו צוויי, מען סקאַטש-טעיפט מען ארבעט, אין אודך יעצט, טאאאאאטי! מאאאאך מיר א קאַאאפי.

באט העי, וואס די גערינגעלעכטס? וועם ווילסטו אפטוען דא? מיר? מיטן פארמישן מיט אלע רינגעלעך? יאפ! געלונגען! (נישט זיך פארמישן מיט לונגען אנצינדן: נוסח סאכדעס איינגערינגלעכצער).

1) די קליינע סעט האט ער שוין איינגעפלאנצט אין מיין קאר, פאר א וויילע צוריק.
2) אוי, דאס ענין ברויך אן עקסטערע באשרייבונג, מ'דארף איהם אפטייפן זיין נאמען אויף צען מיני אותיות...
3) (האבעך דען א ברירה?)

יאנאש האט געשריבן:סאכדעס, אנארטיקל פון א דזשאנק לעדל אדער פון טשיזבאוו קנעפלעך?

אויב העסטו הערן ביז א יאר אז יאנאש איז געהאלפן געווארן מיט א בן זכר קענסטו נעמען קרעדיט דערפאר... דערווייל האבן מיר נאר טעכטוירים.

יו האמער צאמגעלאכט.

איך האב דיך געקוואוט... זאל דיר דער פון אויבן באגליקן.
אבאמא09 האט געשריבן:סאכדעס זאג נאר דאס איז טאקע פון דיינע מוזשיניקלעך, אדער האסט יעצט ארויס גענומען אן אלטע גארביזש בעג וואס מאמי האט דיך אנגעפאקט פאר דיין חתונה?

אלטע UPC לעבעלס געסעווט פאר רוקח אין פלאמס, האסטו נישט געטראפן דארט? גדולים קארדס, סעפטי קארדס האלט ער נאך אין פאקעט הע?

האט נאך איינער אביסל פלעי מאני? אדער א ים מיט ביזנעס קארדס?

מאך איך יעצט א דיל ווער ס'געט מיר 10 פלענע ביזנעס קארדס, באקומט איין גאלדענע, וואס דעס קען זיך פארקויפן פאר 350.00 $ פלעי מאני.

עניוועי יש"כ סאכדעס האסט מיר געהאלטן ביי די זייטן.

נאופס, מיינע דשזאנקס האבעך געלאזט ביי מאמין, אויסער מיינע כתבים, סיי פון די מלמדים, און סיי וואס איך האב אליינס געשריבן.
קרעמער האט געשריבן:אוי איז דאס געווען גירסא ד'דזשאנק'יתא...

איך האב מיר געמוזט אויפהייבן דעם זעקל פלייש און גולאש (דאס איז געווען היינט פאר סאפער) און כאפן א בליק אין מיין בנ'אק'ס (נישט פארטוישן מיט בענאקעלערס) שופלאד.

אופס. איך בין צוריק מיט ליידיגע אויגן. די טיהר איז הערמעטיש פארשלאסן, דאס קליינטשיגע פרובירט איינצושלאפן אינעם קליינעם ד' על ג' און איך וויל נישט זי זאל זיך אויפכאפן פונעם סקרוך פונעם פארדזשאווערטן קאנטרי לעדל.

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז יעדער פון אונז פארמאגט אזא סארט דזשאנק לעדל, און יא, איך רעד פון ערוואקסענע אויך!

איך קען אייך נישט מיטטיילן ממש אלעס וואס איך שפאר אפ אויף די עלטערע יארן, אבער צווישן די זאכן וואס ליגן מיר אפ אין קאבינעט זענען: די האר וואס מען האט פון מיר אראפגענומען ביים מאכן פיאות, ליכט וואס האבן געברענט ביי מיין ברית/שבע ברכות (די זעלבע ליכט!), אלע שפיטאל-בענדס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף מיין ארעם ביי די געבורטן פון קינדער שיחיו, ווי אויך די קינדערישע פיס-בענדער פון שפיטאל. מיין בחור'ישע תפילין זעקל (אפשר וועט איינער פון די אור-אור-אייניקלעך זיין א ספרדי און זיך א נאמען געבן נאך מיר בחיי... וועט ער דאס קריגן אלס בר מצוה מתנה, און איך וועל שפארן אפאר דאלער פון קויפן א ספר). ועוד ועוד כהנה וכהנה, איך וויל נישט איר זאלט אזוי שטארק לאכן פון מיר האלט עס איך ווייטער אונטער ריגל און שלאס.

דו ביסט א טיפער לערנער... אוי האב איך א לעדל, וואס לעדל ווען לעדל? צוויי אנגעפולטע אייער באקסעס...
שאץ מאץ האט געשריבן:סאכדעס איך ווייס איז די ביסט פארליבט אויף "פארברענגען" ענדערשט ווי קרעטשמע,
אבער איך וואלט געזאגט במחילת כבודך אז דער היימישע פארברענגען איז בערך אזא דזשאנק לעדל ווי דיין זון'ס...
מ'טרעפט דארט אלטע פארדשאוועטע אשכול'תן, האבלע ווערטער, אויסגעניצע סטעימענטס, מיט ווערטער אנע טעם (חוץ סאכדעס געשרייבעכטס וואס דאס האט א באזונדערע חן)

עניוועי, דיין דשאנק מעיל כ'מיין ארטיקל, איז געוואלדיג גוט, מיט אסאך אמת דערונטער,

לייג נאר צו די פאר פרודקטן פון קרעמער מיט אבאמא, וועט דאס זיין א בשלימות'דיגע דשאנק לעדל,
מיט התאחדות הדשאנקס.....

כ'קלער איצט אז חדא מתורצתא בשלישית, פארוואס האט עס פארט א חן? ווייל עס איז אמת, און דאן קען איך נישט צולייגן קיין פראדוקטן... :wink:
wildturkey האט געשריבן:? איך האב עס ארויסגעפרינט, און אהיים געטראגן, מיין ווייב ליינט עס און גייט גלייך צו צום באקס אונטערן קריב און נעמט ארויס מיינע זאכן וואס איך האב מיטגעברע

אז דיין ווייב האט געהאט ארבעט, האצעך אלעס געלוינט... :grin:
איך_הער האט געשריבן:סאכדעס, א-ווי שטענדיג. הערליך, שיין, לאכעדיג, אין געשמאק צו ליינען, און ס'ליגט אין פארברענגען, וכו'.

יישר כחכם, און אן עקסטערע יישר כח פארן נישט פארגעסן צו דערמאנען עטליסט איין מאל אין יעדע ארטיקל דיינע כמעט.

דאס מאל האסטו מיך עקסטער מחי' געווען...
שרייב א תגובה

Advertisement