Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאוואס איזער בלאס???

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 8:56 pm

העלאו ענד וועלקאם בעק, מיינע טייערע פריינט, שוין לאנג נישט געווען דא, כ'בין געווען זייער ביזי, זייט כאבאקומען מיין טשעק.

הודו לשם, כאב געהאט די זכי' היינט אריינצוסיינען די ערשטע מאל אין די קרעטשמע זייט מ'האט געמופט, און ס'האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען, און כ'וויל טאקע אויסדריקען א דאנק פאר אונזער חשוב'ן ארענדער, פארן זיך אנשטרענגען אלעס אהערצושטעלן אזוי ווי ס'דאפצוזיין, און אויך די מנהלים דאפעך באדאנקען פארן זיך אזוי אהערשטעלן, (מער איבערן מופן וועט נאכפאלגן, בקרוב???) און ספעציעל האבעך געהערט פון מיין ידיד ר' שמערל זז"ג אז אין די נייע קרעטשמע גייען די רויטע (ווער ס'ווייסט נישט פון וועכע רויטע כ'רעד, צו עם רעדעך נישט) נישט אוועק ווען מ'סיינט ארויס, נאר נאך וואס מ'עפנט דעם אשכול, און טאקע פארדעים האבעך נישט מורא געהאט אריינצוסיינען יעצט, כאטשעק מיין צייט איז לימיטעד, ווייל כ'וועל גארנישט פארלירן ווען כ'וועל ארויססיינען.

נאר איין זאך וואס באדערט מיך יא אביסל, ס'קען זיין אז כ'דאף נישט רעדן הויעך וועגן דעם פראבלעים, אבער טאמער כ'וועל רעדן דערפון נאר אין די סודות אשכול דערוועגן, וועטעכעך קיינער נישט הערן, האבעך באשלאסן אז כ'גיי יא רעדן הויעך דערוועגן, און די מעשה גייט אזוי:

ניין! נישט פון דעי פאר ליינער וואס זייט מ'האט געמופט באווייזן זיי זיך נישט ווייל זיי שעמען זיך גייעך רעדן, זיי זענען טאקע אפשר אויך בלאס ווייל זיי שעמען זיך, אבער איך וויל רעדן פון א אנדערע בלאסער, ווען כ'האב אריינגעסיינט היינט נאך זייער א לאנגע צייט נישט אריינסיינען, איז זעלבסטפארשטענדליך אז וויבאלד כ'בין שוין לאנג נישט דא געווען, איז ביי די רעכטע זייט געווען אלעס רויט, אויסער איין באלי איז געווען בלאס, און דאס איז די סמעטענע אפטיילונג, נו איז מיין פראגע היינט דא, פאוואס איזער בלאס? איזער דערשראקן? האטער מורא פון מיר? וואטס גאואינג אן?

Advertisement

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 11:20 pm

אוי וויכי טייערער, מיר האבן זיך שוין אזוי געבענקט נאך דיר,

און אויף דיין פראגע קאן איך נאר צולייגן, גם אני בחלומי, איך פרעג אויך דעם זעלבן קשיא, כאטש כ'וואלט עס אפשר געדארפט פרעגן אינעם קשיא'ס אשכול, אבער זוי ווי דו האסט שוין גע'עפנט אנעשקל איבער דעם, עבעך'ס שרייבן דא.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 1:07 am

איי וויכי טייערער, ביסט דאך אזוי זיס. דו קענסט פרעגן א פשוט'ע פראגע, אבער אזוי איידל. ייאשר כוח.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 8:18 am

גוט גוט, מיך אנגעצויגן ביזן לעצטן שורה, נאט בעד.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 10:08 am

וואט עי קוועסשאָן? ער האט נארוואס אויסגעפאסט, עההה נישט ממש. פשוט; מען איז בלאס וואאאאאס? וויכטיג איז יא דא? גוט פאר אונז.

מיר האבן שוין געמיינט אז ער האט אונז איבער געלאזט... אין פאר שקרעק איז ער מיר בלאַס געווארן. אבער ניין 'וויכטיג' איז געהעריג טעטיג, ער איז טאקע גוט אנגעסמייטעט, אבער הער, אנגיין גייט ער געהעריג אן.

סעפעס בלאס? גיי ווייס... אההה, עעםם... אפפ... סמעטענע? פשוט; סמייטע איז ווייס! איזענט איט? אההו יע - אָפקאָרס איט איז.

וויכטיג; ווען איז די נעקסטער סמייטע בלעסינג/בלאַס וויאזוי דו רופטסעס?

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:34 am

זיין בלאס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף עטליכע פשטים,
1) יענער איז קראנק
2) יענער שעמט זיך
3)יענער איז דערשראקן
4) ער איז א ליידיגער פאפיר וואס איז בדרך כלל ווייס
5) יענער פאסט
6)דאס איז די ארגינעלע קאליר פון סמעטענע
7) יענער קאלעכט (ארגינעלע קאלעך קאליך איז ווייס)
8)אדער יענער איז טויט (א טויטער איז בלאס)

טייערע וויכטיג שמונה מי יודע, קלויב דיר אויס וועלעכס ס'געפעלט דיר....

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 6:07 pm

נומער 6 געפעלט מיר דאס מערסטע.

א שטיק אמת.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 7:41 pm

שוואכע תירוצים, מיר ווארטן אויף עפעס בעסערס

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 7:59 pm

וויכי וואס איז דאס? יא צו דיר רעד איך, וואס איז דאס?איך בין געזיצן בלאסערהייט, ביזן אויסגאנג (נישט פון מיר, ווייל ווען יא קען איך דאך נישט טייפן יעצט, נאר פונעם ארטיקעל)
מיט אזא חיות אראפצולייגן א בלאסער? געוואלדיג!!

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:07 pm

וויכי, א-ווי עטליכע האבן שוין געשריבן, ביז די לעצטע מינוט האבעך נישט געטראכט וואס די סוף גייט זיין, גאנץ גוט.

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 11:09 am

איך ווייס נאך אלץ נישט וואס דער סוף וועט זיין... וועט זיך דער דוילע אמאל אויפוועקן?

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 12:27 pm

ווער דארף קעיר נעמען דערפון?

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 2:15 pm

אוי וויכטיג וויכטיג, האבעכמער זוי געבענקט נאכדער, אויפן טעלעפאן סטע כסדר געזאגט אז ביסט דיזי, און אין קראטשמע סטע נישט געשריבן, נו וואס נאך ווילסטע? אבער ברוך המחזיר אבידה לבעלה, און וויכטי איז באכאשעם צעריקט געקומעם אהער, און אריין געשמיסן איינס און א גוטס...

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 2:37 pm

און אונז אלע געלאזט הענגען מיטן צונג אינדרויסן, ווארטנדיג אויף א צופרידנשטעלנדען ענפער.

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 3:08 pm

קענסט אריינעמען די צונג...

מיטוואך אוגוסט 13, 2008 4:08 pm

ווויפיל מען האט שוין פרובירט אין קרעטשמע אויסצופיגערן וואס עס גייט פאר מיט דעם וועטשערע, כ'מיין שמעטערע, סקרענטענע, פעטענע, וויאזוי דו וויסט עס אנרופן, האב איך
קיייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייינמאל נישט באקומען קיים ענטפער!!!

א הארפ און א זושא!!!
שרייב א תגובה

Advertisement